ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תא

ב"ה, ט"ז תמוז, תשי"ח

ברוקלין.

ברכה ושלום! שוין א ליינגערע צייט אז איך האב ניט באקומען קיינע בריף פון אייך, און חאטש ס'איז דא א לימוד זכות, צוליב דער פאסירונג ל"ע ול"ע וועלכעס האט פאסירט, איז דאך אבער באוואוסט דער ווארט, אז לימוד זכות קען גערעכט מאכען דעם מענשן בנוגע צו ענינים פון שכר ועונש, אבער פון דעם לימוד ווערט גארניט בהנוגע לפועל, דאס וואס דער מענש דארף אויפטאן פאר זיך, פאר זיינע קרובים ומשפחה, פאר נאהענטע פון א ברייטערן קרייז, און דורך דעם פאר אידען בכלל, און סוף סוף איז דאך דאס דער תכלית פון יעדער מענש און אויך זיין אמת'ר ווילען, ניט צו באנוגענען זיך און זיין א מקיל (אפילו אין דעם בעסטען אופן פון קבלת שכר) נאר זעהן אויפטאן אין אלע מעגליכע אופנים ווי אויבען געזאגט.

אויב דאס איז ריכטיג אויך פאר יעדער איינעם און יעדע איינע, וועלכעס מ'ווייסט ניט אויב זיי קענען בכלל וואס אויפטאן, על אחת כמה וכמה פאר אזעלכע וועלכע האבען שוין געטאן און מ'האט געזעהן אז זיי האבען מצליח געווען, אז פון זייערע מעשים איז ארויסגעקומען גוטעס פאר א גאנצען קרייז פון מענשן, אין פילע ענינים, איז דאך דאס נאך מער ריכטיגער אין א פיל גרעסערער מאס, און אזוי איז דאס אויך אין אייער פאל, וואס איר האט געזעהן דעם גוטען אויסגאנג פון אייער ארבעט אין דעם שטח פון נשי חב"ד...

איך שרייב דאס אלעס, וויילע איך נעם אן, אז דער חסרון פון קבלת אייערע ידיעות, איז דאס וויילע עס פעלט אין אייער התעסקות, וויל איך צוגעבען נאך א נקודה, אז דער מאורע האמור בפטירת אחי' הרה"ח אי"א נו"נ בעל מדות וכו' ע"ה, דארף צוגעבען אין דעם טאן בעסקנות ופעולות, ווארום אלע אידען גלויבען אין השארת הנפש.

און אויף אזוי פיל איז דאס באגרינדעט, אז אפילו ניט אידען, גלויבען אין דער אמתקייט פון דעם.

און דאס איז דאך פשוט, אז די צוגעבונדנקייט איז ניט צו די פלייש און ביינער, נאר צו דער נשמה [וועלכע מען זעהט דורך איר ווירקונג אין קערפער], און דערפאר איז דער אמת, אז אפילו נאכדעם ווי עס ווערט א ענדערונג אין דעם פארבונד פון נשמה מיטן קערפער, קען מען - דורך מע"ט - גורם זיין א נחת רוח צו דער נשמה, און אדרבה אין א גרעסערע און א טיפערע מאס, ווארום די נשמה האט דאך (נאך אפטרעטען פון גוף) קיינע גוף באגרעניצונגען, און דעריבער גרייכען איר אויך די ענינים, וועלכע זייענדיג אין גוף האט זי ניט געקאנט האבען, צוליב די הגבלות פון גוף, און עס גרייכען איר אפילו פעולות וועלכע ווערען געטאהן בחדרי חדרים.

איך האף אז דאס אויבען געזאגטע וועט גענוגענד זיין צו באלייכטען די הנהגה ווי זי דארף זיין איצטער, אז אויב ביז איצטער האט איר געטאן אין ענינים וועלכע זיינען טוב לשמים וטוב לבריות איז נאך צוגעקומען א נויטווענדיקייט ניט נאר צו פארטזעצען די ארבעט נאר אויך צו פארגרעסערען זי בכמות ובאיכות, אין דעם טאן אליין און דעם בעאיינפלוסען אנדערע צו טאן, און דאס וועט גורם זיין דעם אויבען געזאגטען נחת רוח, לנשמת הנפטר.

ויהי רצון אז קומענדיק איצטער פון די ימי הגאולה י"ב וי"ג תמוז, וואס דענסטמאל האט מען געזעהען ווי תורה האט מנצח געווען און מבטל געווען דעם חשך הגלות זאל אויך איצטער נמשך ווערען א גאולה מכל ענינים המבלבלים און מתוך בריאות הנכונה והרחבת הדעת זאל מען צוגעבען אין פעולות טובות ליכטיג מאכען דעם חשך הגלות, און איך האף אז בדואר החוזר וועל איך באקומען פון אייך גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.

בברכה.