ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תו

ב"ה, י"ט תמוז, תשי"ח

ברוקלין.

שלום וברכה! אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ב' י"ב תמוז דער טאג פון דער באפרייאונג פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע נשיא ישראל.

אין וועלכען איר באשטעטיגט די ערהאלטונג פון מיין בריף און שרייבט אויך מער פרטים בהנוגע צו אייער זון און פאמיליע שי', ובעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אין איינקלאנג מיט אייער שרייבען.

וואס איך האב געשריבען אז אויף צו פאריכטען דעם עבר, קען דאס זיין דורך משפיע זיין אויף די אייניקלעך שי', איז פארשטענדליך אז דאס איז פון די הויפט זאכען אין דעם, אבער מען דארף זיך ניט באנוגענען מיט דעם, לויטן אנזאג פון ואהבת לרעך כמוך, דארפמען העלפען אלע וועלכע טוען אין דעם מיט וואס מען קען און בכלל זעהען אז דער געדאנק פון טהרת המשפחה זאל מער אריינדרינגען אין ברייטערע קרייזען.

און עס איז באוואוסט דער כח פון תיקון ותשובה, אז ניט נאר וואס עס באזייטיגט דעם עונש ח"ו נאר דאס גיט נאך צו הצלחה, ווי באוואוסט דער ווארט פון רבותנו ז"ל, אז בעלי תשובה זיינען גרעסער פון צדיקים גמורים.

איך האף אז איר היט אפ די תקנה פון זאגען דעם שיעור תהלים חדשי - ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חדש - יעדער טאג נאכן דאוונען אין דער פריה, און אויך דעם קאפיטל תהלים, לויט אייער עלטער (ד.ה. אז פון דעם בר מצוה טאג הייבט מען אז זאגען יעדער טאג נאכן דאוונען דעם קאפיטל י"ד, און יעדער נעקסטען יאר דעם נעקסטען קאפיטל תהלים).

בברכה צו גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע, און פון אייער איינטייל נעמען אין דער התועדות פון י"ב תמוז וועלכעס איז זיכער פארגעקומען בא אייך אין שטאט. ויהי רצון אז דאס זאל זיין א התחלה צו גוטע בשורות.