ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תלו

ב"ה, ה' מנ"א, תשי"ח

ברוקלין.

שלום וברכה! בתמהון קראתי במכתבו ל... שי' כאילו שיש ח"ו עליו קפידא וכו'.

ומובן שאין לזה כל יסוד, וככתוב לאחדים שבכלל אין אני רואה תועלת מקפידא, יכול להיות שלפעמים יש צער מהנהגה בלתי רצוי', או מזה וואס מען ניצט ניט אויס די ברכה והצלחה וואס השי"ת גיט, און עס טוט וויי די הארץ וואס די ענינים קענען זיין בעסער ווי זיי זיינען און צוליב דברים של מה בכך, ניצט מען ניט אויס די ברכות השי"ת.

מזה מובן שקפידא ענין הפכי לגמרי ועאכו"כ יותר מקפידא, עס האט אבער א ארט אין אייער ענין דאס צער וואס אויבען געזאגט, דאס האט אבער קיין שייכות, צו אריינלערנען אין מיין בריף דאס וואס ניט געשריבען, אדער אז צוליב דעם ווערט אפגעהאלטען דער ענטפער (וועלכעס מערסטענס איז דאס צוליב טרדות רבות).

און איך מיין דערמיט, דאס וואס איך האב שוין אייך דאכט זיך געשריבען, דער ענין פון שייטל בא אייך אין הויז, און ווי איך האב שוין, כמדומה, אייך מרמז געווען, אז די זאך ענדערט זיך ניט און פשיטא אז עס ווערט ניט מתוקן, מיט דעם וואס מען איז מעלים עין פון דעם, והשי"ת לפניו נגלו כל תעלומות. און דער צער אין שייכות מיט דעם איז פארשטענדליך, לויטן זהר הק' (ווערט אראפגעבראכט אין אחרונים שו"ע או"ח) חלק ג' קכ"ו ע"א בעיא איתתא לאיתכסא בזיוותא דביתא (מזה מובן עד כמה עוד יותר מבחוץ לבית) ואי עבדת כן... בנהא יסתלקן בחשיבו כו' מתברך בכולא בברכאן דלעילא בברכאן דלתתא בעותרא בבנין בבני בנין, עיי"ש היטב.

איך וויל באטאנען נאך אמאל, אז דא איז ניט פראן קיין מינה ומקצתה פון א ענין של קפידא, נאר א פארדרוס און ווייטאג, וועלכער ווערט נאך פארגרעסערט אריינטראכטענדיק זיך אין דעם א.ג. מסירות נפש כביכול וואס עס פאדערט די הנהגה הרצוי' לגבי דעם פארלוסט, און נאך מער נעמענדיק אין אכט דעם ארט וואו מען געפינט זיך איצטער, וואס אזא גוטע הנהגה קען באווירקען פילע אידישע משפחות, אז זיי זאלען אנהויבען נאכטאן, און גיין מחיל אל חיל.

ויהי רצון אז סוכ"ס זאל יעדער פון אונז זעהען ווי הקב"ה איז משפיע ברכה והצלחה בגשמיות וברוחניות און מאכען די אלע נויטיגע כלים צו אויפנעמען און אויסניצען די ברכה אין דער פולסטער מאס.

און קומענדיג פון חדש הגאולה חדש תמוז גאולת רבנו נשיאנו וגופא בתר רישא אזיל, הנה יגאל כאו"א מאתנו בתכ"י מכל ענינים המבלבלים ויוכלו לעבוד השי"ת בשמחה ובטוב לבב.

בברכה לבשו"ט בכהנ"ל.