ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תמו

ב"ה, י"א מנ"א, תשי"ח

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה דובער שי' שו"ב

וזוגתו מרת

רחל תחי'

שלום וברכה! לאחרי הפסק הכי ארוך נתקבל מכתבם ובו גם ראשי פרקים מההתועדות בימי הסגולה והגאולה י"ב וי"ג תמוז, ומובן שמצער מ"ש אודות מיעוט ההתועדות עם אברכי הישיבה ומכמה טעמים כמובן, ולגודל הענין כדאי להתענין באיזה אופן ודרך יש לתקן ולשפר המצב, ואין לך דבר העומד בפני הרצון ובפרט שבפנימיות נפשם הרי גם האברכים חפצים בזה וכמבואר בדא"ח בכ"N.

בהנוגע צוגרייטען שמועסין צו די אסיפות פון נשי ובנות חב"ד, קען מען נוצען די שמועסן און טאקס, וועלכע ערשינען שוין פון מערערע יארען, צוזאמען שוין כמעט א 300 נומערן, פון וועלכען מען קען נעמען פון דארטען רייכען מאטעריאל ובפרט נאך ווען מען בעארבעט דאס און מ'גיט צו אביסעל, אויף וויפיל מעגליך איז לויט דער מאס פון די צוהערער און פארשטענדליך. וויבאלד דער לייענען פון אינוועניג לויט אייער שרייבען האט ניט די ווירקונג, און וויבאלד די ארבעט אבער איז דאך העכסט וויכטיג איז דאך זיכער אז מען קען דורכפירען דאס, מען דארף נאר פרובירען אויף פערשידענע אופנים ביז מען געפינט די ריכטיגע וועג ווי צו פארווירקליכען דאס. און בפרט נעמענדיק אין אכט דעם שכר וואס הקב"ה גיט אין דעם, אז די פירות באקומט מען בעולם הזה און אין דעם אמת'ן נחת (וואס דאס איז חסידות'שער נחת) פון קינדער. און השי"ת זאל אייך העלפען צו אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.

בברכת הצלחה.

ו'תמו

מו"ה דובער: לוין, זונדערלנד. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ג ד'רצט, ובהנסמן בהערות שם.