ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תעח

ב"ה, י"ז אלול, תשי"ח

ברוקלין.

שלום וברכה! אין ענטפער אויף אייער בריף, אין וועלכען איר פאררופט זיך אויף מיין מכתב הכללי לראש השנה, פון דעם יאר תשי"ח, און פרעגט, וואס פילע זאכען וועלכע זיינען א חלק פון תוה"ק, זיינען ניט דערמאנט געווארען אין דעם מכתב הכללי הנ"ל, אלס א וויכטיגע זאך פאר אידן, און בריינגט פילע באווייזען פון פסוקים און מאמרי רז"ל, וועגען פילע ענינים, וויכטיגע פאר אידן, און זיינען ניט דערמאנט געווארען אין דעם מכתב הכללי, ואדרבה פון דעם מכתב הכללי, קען מען אויסטייטשען, אז זיי זיינען ניט וויכטיג.

עס וואונדערט מיר, וואס איר ווילט אריינטייטשען במכתבי, אז די זאכען וואס איר שרייבט, זיינען ח"ו ניט וויכטיג, אין דער צייט, וואס זעלבסט פארשטענדליך אז אלע תרי"ג מצות ודרבנן ודקדוקי סופרים, זיינען וויכטיג פאר אלע אידןאון זיינען געגעבען שעווארען צורך הקב"ה צו משה רבנו מסיני פאר אלעאיצן, און די וויכטיקייט איז אזוי גרויס, שבלשון הרמב"ם הלכות תשובה פרק ג' הלכה ח', אז דער וואס זאגט אז אפילו נאר איין פסוק אדער איין ווארט פון תורה שבכתב און אזוי אויך פון תורה שבעל פה, האט משה רבנו געזאגט דאס פון זיך אליין און ניט מהקב"ה, נקרא כופר בתורה, און ווי ער איז מסיים דארט, אז אין לו חלק לעולם הבא.

אין דעם מכתב הכללי הנ"ל, רעט זיך ניט וועגען וויכטיקייט בכלל, עס איז נאר באטאנט געווארען די זאך וואס אן דעם איז אויס אידן ר"ל. וואס דארפמען מער ווי דער ענין הקרבנות, וואס דער גאנצער ספר ויקרא און א גרויסער טייל פון סדר במדבר, און דער סדר קדשים א.א. באשעפטיגען זיך נאר מיט קרבנות, ומשחרב בית המקדש אין לנו (בלשון הפייט, אין מוסף ליום כפור) לא קטרת ולא קרבן, וואס קיין איד אין דער גאנצער וועלט האט דאס ניט, און וואס נאך מער, אז ע"פ תורה, טאר מען איצטער ניט מקריב זיין קיין קרבן און ניט קטרת, און דאך איז אתם נצבים היום כולכם, אויך היום כפשוטו היינטיגען טאג.

אייער פראגע, אויף מלחמה געגען פשרות, אין דער צייט צ ווי איר דריקט זיך אויס צ אז תורה שבכתב ותורה שבעל פה, איז פול מיט פשרות, כמו פרוזבול, מכירת חמץ וכו'.

זעלבסט פארשטענדליך, אז פשרה מיינט, ווי אין ענגליש "קאמפראמייס", ד.ה.

מאכען פשרה מיט תורה, אבער פרוזבול און ענליכעס וועלכעס שטייט אין תורה, תורה שבכתב און תורה שבעל פה, וואס ווי געזאגט אויבען, איז דאך דאס אלס געגעבען געווארען צו משה מסיני, איז דאך דאס א חלק פון תורה אזוי ווי עשרת הדברות וכו'.

לויט אייער ציטירען פסוקים ומאמרי רז"ל, וויל איך האפען אז איר האט אלע טאג א קביעות עתים בלימוד התורה, כדין ומנהג ישראל, שחרית וערבית, און פון צייט צו צייט זייט איר מוסיף אויך אין דעם, וואס דאס איז א סימן פון חיות, אז עס וואקסט און קומט צו, והשי"ת יעזור שיוסיף בזה כמה וכמה.

בברכה לבשו"ט ולכתיבה וחתימה טובה לשנה טובה.

ו'תעח

מיין מכתב הכללי: דלעיל חט"ו ה'תשעא.