ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תצט

ב"ה, כ"ה אלול, ה'תשי"ח

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה! חדש אלול און ספעציעל די סליחות טעג און עשרת ימי תשובה צ איז די צייט פון מאכען א חשבון צדק, ניט קיין אפגענארטען חשבון, פון דעם יאהר וואס גייט אוועק, און דערפון ציען די ריכטיגע בעשלוסען ווי איינצושטעלען, זיך די הויז און אלע זיינע ענינים, אין דעם אנקומענדען יאהר.

צוזאמען מיט דעם זיינען דאס ימי סגולה, טעג וואס רופען און מאנען

לויט דעם הויך פונקט פון דעם מזמור תהלים וואס מען זאגט דאמאלס צוויי מאהל טעגליך:

בקשו פני את פניך ה' אבקש,

זוכט דעם אינהאלט, דאס אינווייניגסטע און פנימיות אין זיך, זוכט דאס פנימיות פון דעם ארום, דאס פנימיות פון דער נשמה פון דער וועלט, געפינט און אנטפלעקט די געטליכקייט וואס זי באלעבט און פילט אן די וועלט.

ביידע ענינים צ דער חשבון צדק און דאס בקשו פני צ זיינען פארבונדען צווישען זיך און אפהיינגיג איינער פון דעם צווייטען.

מאכענדיג א חשבון פון דעם עבר (פארגאנגענהייט) צ האט מען אפט, גאר אפט, א טעות, דורך דעם וואס מען נעמט אין באטראכט נאר דאס אויבנאופיגע, דאס אויסווייניגסטע וואס עס איז דא בא זיך און וואס מען זעהט אין דעם ארום.

דאס זעלבע אויך ביים אויסשטעלען דעם פלאן און סדר החיים אויפן נעקסטען יאהר.

און דאס איז דער רוף און אויפפאדערונג פון די טאג:

אונטערשאצט ניט די אייגענע כחות און מעגליכקייטען.

וויפיל איר זאלט ניט האבען "אין מזומן" צ אפענע מעגליכקייטען אויף פירען זיך אין טאג טעגליכען לעבען לויט די אנווייזונגען פון תורתנו תורת חיים (די תורה פון לעבען), ווי גרויס עס זאל זיין די מאס און שטארקייט פון חאראקטער, אויף ניט נתפעל ווערן פון דעם ניט-פריינדליכען ארום און גיין אין וועג פון תורה ומצוה.

פיל גרעסער און מער האט איר אין "רעזערוו" צ מעגליכקייטען וואס איר קענט שאפען דורך דער פאסענדער אנשטריינגונג, אינווייניגסטע גאר גרויסע כחות פון זעלבסטשטענדיקייט און שטארקייט אויף דורכזעצען אין לעבען דאס וואס גוט און אמת איז.

אבער דערצו פאדערט זיך: בקשו צ זוכט און בריינגט ארויס אייערע כחות און מעגליכקייטען, און דאמאלס וועט זיין: ומצאת צ כי תדרשנו, דו וועסט געפינען צ ווארעם דו וועסט זוכען און פאדערן.

* * *

דאס אויבענגעזאגטע באציט זיך ספעציעל, און נאך אין א גרעסערער מאס, אויף משפיעים, גייסטיגע פירער: אויף רבנים, א.א.וו. ביז אף דעם פאטער און דעם טאן-געבער אין דעם גייסטיגען לעבען פון דער הויז און פאמיליע.

אויף טריט און שריט זעהט מען אז זיי שטייען אין ספקות און מורא: אפשר זיינען די רייד צו שטריינג, אפשר פארלאנגט מען צו פיל, אפשר פארטרייבט מען דורך דעם א.

א. וו.

צו זיי איז דער רוף פון די טעג און די אויפפאדערונג:

בקשו פני צ קוקט זיך איין, זוכט און בריינגט ארויס די פנימיות פון אייערע מושפעים, שאצט זיי לויט זייער אינווייניגסטער רייכטום, לויט דעם נשמה-פארנעם, וואס זי איז א חלק אלקה ממעל ממש,

- ווייל דורך א צוגעפאסטען צוגאנג און אונערמידליכער ארבעט מיט זיי, קען מען בא יעדען ארויסבריינגען דאס באהאלטענע רייכטום און כחות אז זיי זאלען אנהויבען ווירקען ביז אין דעם טאג טעגליכען לעבען צ

האט פארטרויען צו אידען, און גיט זיי דאס וואס זיי, אידען, ערווארטן באמת צו באקומען: א תורה תמימה, א גאנצע תורה מיט אלע אירע מצוות און מיט דעם גרונד געדאנק: התורה היא נצחיית צ די תורה איז א אייביגע, פאר אלע צייטען און פאר אומעדום.

* * *

און דוקא דורך דעם צוגאנג קומט מען צו צו א חשבון צדק צ אין אפשאצען זיך און אין אפשאצען די וועלכע מען וויל פירען אין דעם ריכטיגען וועג,

א חשבון צדק פון דעם עבר און א חשבון צדק ווי אויסצושטעלען דעם עתיד (די צוקונפט), עס זאל זייל א "פולער" יאהר צ פול מיט דעם ריכטיגען אינהאלט אין אלעם דעם וואס היינגט אפ פון דעם מענשען,

און דאס בריינגט אויך עס זאל זיין א יאהר-פול, אנגעפילט מיט דעם אויבערשטענ'ס ברכות אין אלעם, סיי בגשמיות סיי ברוחניות.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה,

מנחם שניאורסאהן

ו'תצט

נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 423.

חדש אלול... איז די צייט: ראה טור אורח חיים ר"ס תקפ"א.

טעג וואס רופען: ראה לקוטי תורה ראה (לב, ב).

חלק אלקה: איוב, לא, ב. ובתניא רפ"ב - ממש.

בא יעדען ארויסבריינגען: ראה רמב"ם הל' גירושין פ"ב בסופו: הוא רוצה להיות מישראל ורוצה הוא לעשות כל המצות ולהתרחק מן העבירות.

באהאלטענע רייכטום: תורת הבעש"ט: כי תהיו אתם ארץ חפץ... די גרעסטע חכמים...

קען קיינער ניט דערגיין די גרויסע אוצרות וואס ליגען אין אידען... דעם אויבערשטענ'ס ב"ה ארץ חפץ (כתבי כ"ק מו"ח אדמו"ר. הועתק ב"היום יום" ע' נד).