ספריית חב"ד ליובאוויטש

כרך יח

ו'תקה

ב"ה, ערב ראש השנה, ה'תשי"ט

ברוקלין, נ.י.

סניפי נשי ובנות חב"ד

די בכל אתר ואתר

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

שטייענדיק אויף דעם שוועל פון דעם נייעם יאהר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה,

ווינטש איך אייך, אלעמען בכלל און יעדערע פון אייך בפרט, א שנה טובה ומתוקה.

וואס אין דעם איז, זעלבסטפארשטענדליך - הצלחה אין דער ארבעט פון אייער סניף, סיי אין כמות (פארגרעסערונג פון דער צאהל חבירות) סיי אין איכות (פארטיפונג פון דער ארבעט).

און אין ענינים פון תורה ומצות, פון טוב און קדושה, איז דאך - ווי גוט עס זאל ניט זיין, - שטענדיג פראן ארט אויף צוגעבען נאך און נאך.

* * *

אזוי ווי דער יסוד פון דער ארבעט, איז דאך דער ענין פון אהבת ישראל, ווי עס ווערט ברייט ארומגערעדט אין פילע ערטער בתורת החסידות, און בפרט אין די שיחות קדש פון כ"ק רבותינו נשיאינו,

בריינג איך דא, אן אויסצוג פון א שיחה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר - א סיפור, וועלכען עס האט זיינערצייט דערציילט כ"ק אדמו"ר הצמח צדק,

וואס היינט - ערב ראש השנה, איז זיין - דעם צמח צדק - יום הולדת - זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

* * *

דער זיידע דער צמח צדק האט געהערט פון זיין זיידען - רבינו הגדול, דער אלטער רבי - וואס ער האט עס געהערט אין מעזריטש, א מעשה פון בעל שם טוב:

דער בעל שם טוב, פאר זיין התגלות און אויך אין די ערשטע יארען נאך זיין התגלות, פלעגט ער ארומפארן אין אידישע שטעטלעך, און פלעגט אין מיטען מארק, צוזאמענקלייבען ארום זיך, די פשוטע אידן, מענער און פרויען און קינדער, און דערציילען זיי סיפורים. די סיפורים זיינען געווען דער עיקר פון אגדות רז"ל. ער פלעגט מאריך זיין און ערקלערען זיי דעם סיפור, אדער ער פלעגט פארבינדען א סיפור מיט א ענין דערמאנט אין אגדות חז"ל, בכדי אז דער ענין זאל נקבע ונקלט ווערען בא די הערער.

איין מאהל בא אזא צוזאמענקומען, האט דער בעל שם טוב גערעדט אין דעם ענין פון אהבת ישראל, ווי גרויס עס דארף זיין בא אידען - וויסענדיק די אהבה פון דעם אויבערשטען צו אידען, און האט עס ערקלערט מיט א ביישפיל:

אין יענער שטאט איז געווען א איד מיט'ן נאמען ר' יעקב, און ער איז געווען בקי אין ש"ס גמרא רש"י און תוספות אויף אויסווייניג, און פלעגט לערנען אויף אויסווייניג,

- יענע צייטען איז דאס ניט געווען קיין זעלטענהייט אין אידישע שטעטלעך -

און אז מען לערנט אויסווייניג מוז דאך דער געדאנק זיין מער צוגעבונדען צו דעם לערנען - ווי ווען מען לערנט אינווייניג. אמאהל האט ר' יעקב געלערנט - ווי געזאגט אויסווייניג - א שווערען גרויסען תוספת, איז צוגעקומען צו עם זיין א קליין קינד, און האט עם געזאגט עפעס א חכמה, איז ר' יעקב שטארק נתפעל געווארען פון דער חכמה, און האט מפסיק געווען דעם לערנען. אט דאס קען פועל זיין א קינד.

אזוי אויך, כביכול, השם יתברך - זעצט פאר דער בעל שם טוב - איז פארנומען - ווי רז"ל זאגען, שלש שעות ראשונות יושב ועוסק בתורה כו', אבער בשעת א איד דאווענט, קומט מיט א בקשה צום אויבערשטען - איז ער מפסיק און פארנעמט זיך מיט די תפלות ובקשות פון אידען.

ווען השם יתברך האט געזאגט צו די מלאכים, אז ער וויל באשאפען א מענשן, האבען די מלאכים געפרעגט, ווי וועט ער אויסזעהן. הערענדיג דעם ענטפער האבען זיי געזאגט: מה אנוש כי תזכרנו, אויף וואס דארפמען אזא מענשן.

איז אז א איד שטייט אויף אין דער פרי, לויפט דאווענען בצבור ותיקין, און דערנאך א גאנצען טאג איז ער טרוד ומוטרד, און דאך לאזט ער איבער אלע געשעפטען און לויפט דאווענען מנחה אין שול, און צווישן מנחה און מעריב, הערט ער לערנען עין יעקב און דאווענט מעריב, בריינגט אהיים דעם ענין פון עין יעקב און דערציילט עס איבער די בני בית,

איז דענסמאל רופט השם יתברך צונויף די מלאכים, און בארימט זיך מיט דעם מענשן וואס ער האט באשאפען, און זאגט זיי:

איר מלאכים, האט ניט קיין ריחיים על צוארו (קיין יאך), קיין פרוי און קינדער, קיינע טרדות, קיינע מסים וארנונית (שטייערען). דער מענטש האט ריחיים על צוארו, און די ריחיים האב איך עם געהייסען נעמען אויף זיך, על פי תורה דארף ער מפרנס זיין אשתו ובניו, און איז טרוד ומוטרד און האט מסים וארנונית, עול הגלות, און דאך זעהט ווי ער פירט זיך אויף.

ווען מען וועט זיך אריינטראכטען און פארשטעלען זיך ווי מיט יעדער גוטער זאך, וואס א איד טוט - בארימט זיך דער אויבערשטער, וועט דאס פועל זיין א סך.

* * *

ווי שוין אייניגע מאהל ערקלערט, זיינען די רייד פון נשיאים און סיפורים וואס מען הערט פון זיי, אן אנווייזונג און לערנונג פאר יעדערן פון די הערער. און גלייכצייטיג אויך א נתינת כח, א שטארקונג און ברכה, אז מען זאל דאס קענען פארווירקליכען. און עס ווענדט זיך נאר אין דעם הערער, ער זאל דאס ערפילען לויט דער כוונה.

און השם יתברך זאל העלפען, אז ווי געזאגט, זאל מען טאן אין דעם און עס זאל זיין מיט הצלחה אין אלע הינזיכטען.

בברכת כתיבה וחתימה טובה, צו יעדערער מיט די בני בית - שליט"א.

ו'תקה

רוב האגרות הן מהעתק המזכירות וחלק מצילום האגרת. לא נסמן בהערות אלא אם מקורה אחר, או שכבר נדפסה בלקו"ש.

האגרת שלפנינו נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 533.

אויסצוג פון א שיחה: י"ט כסלו תרצ"ט (סה"ש תרצ"ו-ש"ת ע' 317).