ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תקכד

ב"ה, י"ט תשרי, תשי"ט

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאך א ליינגערן איבעררייס, איז אנגעקומען אייער בריף פון ערב חג הסוכות, און בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייך און אייערע קינדער שיחיו אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, יעדערן צו דעם וואס ער נויטיגט זיך, לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען.

וואס איר שרייבט וועגען אייער אופן פון ריידין, מובן וגם פשוט, אז עס [איז] ניט מער ווי א ניערווען זאך, און אויף דעם איז די עצה התבוננות אין די ענינים וועלכע פארשטארקען די מדת הבטחון בהשם יתברך, און דער עיקר אין דעם ענין פון השגחה פרטית, אז השם יתברך איז משגיח אויף יעדערן בכל פרט ופרט, און אין יעדער רגע, און אויך בפרט אז אין דעם ענין פון קריאת התורה, ווערט דאך דאס געטאן לכבוד השם יתברך, ולכבוד התורה, און עס איז קיין נפקא מינה ניט וואס מענשן דיינקען, וואס דאס אלעס פארקלענערט דעם שימת לב (אויפמערקזאמקייט) צו די מענטשן, וועלכע שטייען ארום אייך, ובמילא ווערט קלענער און גייט אוועק די אויפרעגונג.

אויב עס טרעפט אז א געוויסען ווארט, איז שווער ארויסריידין, איז דענסטמאל די פשוט'ע עצה, צו איבערלייענען נאך אמאל אייניגע ווערטער פאר דעם (אויב עס איז ניטא קיין שם פאר דעם), און דענסטמאל זאגט זיך ארויס שארפער אויך דער ווארט צוזאמען מיט די אנדערע, און געוויס וועט דער דאקטאר וועלכער באהאנדעלט אייך, קענען געפינען און ראטען אייך מער איינצעלהייטען אין דעם.

און ווען דער געזונט צושטאנד אין אלגעמיין ווערט שטארקער, פילט זיך א בעסערקייט אויך אין די ניערווען ותוצאותיהם.

בברכה לבשו"ט.

מפני קדושת המועד לא בא כ"ק אדמו"ר שליט"א על החתום, והנני חותם בשמו, המזכיר