ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תקמ

ב"ה, ו' מ"ח, תשי"ט

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען די ידיעה, וועגען דער ערשטער אסיפה אין דעם נייעם יאהר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה.

השם יתברך זאל העלפען אז די התחלה זאל זיין אין א גוטער שעה, און פארזעצען מיט הצלחה אייער העכסט וויכטיגע ארבעט אין פארלויף פון דעם גאנצען יאהר,

און לויט דער פאדערונג פון תורתנו הקדושה תורת חיים, אין א אופן פון מעלין בקודש, שטייגען אין דער ארבעט אין אלע הינזיכטען.

וואס דאס איז דאך אויך דער סימן פון לעבעדיקייט, וואקסען און שטייגען.

און השם יתברך זאל העלפען אז די ארבעט זאל אנגיין אן שוועריקייטען, און געטאן ווערען אין גוטען געזונט און גוטער שטימונג פון יעדע איינע פון די חברות מיט איר גאנצע פאמיליע - שיחיו.

לויט דער אנווייזונג פון רבנו הזקן, אז מען דארף לעבן מיט דער צייט, מיט דער סדרה פון דער תורה וואס מען לייענט די וואך,

שליס איך מיט דעם ענין פון היינטיגער סדרה - די ברכה וואס השם יתברך האט געגעבען צו אברהם אבינו און דורך עם צו זיינע קינדער און קינדס קינדער, אידען וואו נאר זיי געפינען זיך:

ואברכה ואגדלה שמך והי' ברכה (איך וועל דיר בענטשען, און מאכן גרויס דיין נאמען, און דו וועסט זיין א בענטשונג),

און ווי רבותינו זכרונם לברכה ערקלערען דעם אינהאלט פון והי' ברכה, דערנעהנטערען די ווייטע, רייניגען זיי און צובריינגען זיי צו אונזער פאטער אין הימל (בראשית רבה פרשה לט, יא).

און זעלבסט פארשטענדליך אויך לויט דעם עיקר און פשט פון פסוק, צו זיין געבענטשט אין דעם אלעם וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות.

בברכה צו גוטע בשורות אין אלעם אויבענדערמאנטען.

ו'תקמ

טופס כזה נשלח לסניפי אגודת נשי ובנות חב"ד.