ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תרח

ב"ה, י"ט כסלו, ה'תשי"ט

ברוקלין, נ.י.

אל אחינו בני ישראל

חובבי ומוקירי תורה ומצוה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין דעם ליכטיגען טאג פון י"ט כסלו, דער טאג פון באפרייאונג פון אלטען רבי'ן, בעל התניא והשלחן ערוך, וואס האט ליכטיג געמאכט די אויגען פון כללות ישראל מיט דער דאפלטער ליכטיגקייט, שני-אור, אור פון נגלה דתורה און אור פון פנימיות התורה.

ווענד איך זיך מיט מיין רוף צו אלע וועלכע האלטען טייער תורה און מצוות, אין צוזאמענהאנג מיט דער יעהרלעכער חגיגה פון דער צענטראלער ישיבה "תומכי-תמימים" ליובאוויטש, וואס דארף פארקומען בע"ה יום א', ב' שבט הבע"ל.

דער ענין פון י"ט כסלו, וואס האט געבראכט די באפרייאונג פון דעם אלטען רבי'ן און די פארגרעסערטע אויפבליאונג פון זיין שיטה, וועלכע שטיצט זיך אויף דעם כלל גדול, אז אהבת ה' אהבת התורה און אהבת ישראל איז כולי חד - איינס, דערמאנט, מאנט און דערמוטיגט יעדען איינעם פון אונז אין אונזערע פליכטען צו זיך און צום כלל ישראל, פליכטען וועלכע מוזען זיך אויסדריקען אין מעשה בפועל און אין אן אלץ שטייגענדער מאס.

אין די ליובאוויטשער ישיבות און זייער מרכז - די צענטראלע ליובאוויטשער ישיבה "תומכי-תמימים" אין ברוקלין, וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט דא איבערגעפלאנצט אנקומענדיק אין אמעריקא מיט נייענצען יאהר צוריק, ווערען אויפגעשטעלט דורות וועלכע זיינען דורכגעדרונגען מיט אהבת ה' אהבת התורה און אהבת ישראל ביז צו מסירות נפש.

עס איז א חוב קדוש אויף אלע אידען חובבי תורה ומצוה, צו שטיצען די ליובאוויטשער ישיבות און ספעציעל איצט, אין אנבליק פון דער יערלעכער חגיגה, צו באטייליגען זיך און העלפען פארזיכערען דעם דערפאלג פון דער יעהרלעכער אונטערנעמונג, וואס האט אזא וויכטיגע באדייטונג פאר דער שטארקונג און ווייטערער אנטוויקלונג פון דער צענטראלער ישיבה "תומכי-תמימים" ליובאוויטש אין ברוקלין.

דער זכות פון בעל-השמחה פון היינטיגען טאג און דער זכות פון רבותינו נשיאינו, זיינע הייליגע נאכפאלגער - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועט זיכער ביישטיין יעדען איינעם פון די שטיצער שיחיו אין וואס זיי נויטיגען זיך, עס זאל זיין בא זיי: פדה בשלום - אויסגעלייזט פון דער נויט דורך דעם זכות פון דער צדקה, וואס בריינגט שלום אין וועלט.

און יעדע גוטע פעולה אין דעם אין אן אופן פון מוסיף והולך, וועט אראפבריינגען ברכות השי"ת אויך אין אן אלץ שטייגענדער מאס.

בברכת כל טוב בגו"ר

מנחם שניאורסאהן

ו'תרח

נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 260.