ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תרלט

ב"ה, י"א טבת, תשי"ט

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון 31/21, אין וועלכען איר באשרייבט די פערשידענע אומשטענדען וואס איר און אייער מאן שי' זיינען דורכגעגאנגען און מאכט א סך הכל, אז עס איז שטענדיג געווען ניט גוט און איצטער אויך ניט גוט וכו', און פון דעם איז פארשטענדליך אייער אויסקוק אויף דער צוקונפט.

עס וואונדערט מיר, אייער אויספיר צו אזא סך הכל, ווען איר אליין שרייבט דאך, אז פון דער גאנצער משפחה, זיינען פארבליבען נאר געציילטע און איר צווישען זיי, אויך שרייבט איר וועגען פערשידענע פעלערהאפטיקייט און מחלות וואס מען איז אדורכגעגאנגען, אויך וועגען אייער מאן שי' שרייבט איר, אז מען האט זיך ניט פארגעשטעלט וכו' און ער האט געטאן אין ענינים וכו', און איר געפינט זיך ביידע אין א דירה וכו'.

איז אריינקוקענדיג אין דעם אלעם, וואס עס טוט זיך, און ניט נאר אויסערליך נאר וואס עס טוט זיך אין הויז, היתכן, אז דער סך הכל איז דער וואס איר שרייבט?!

פארשטענדליך, אז מען דארף בעטען בא השם יתברך עס זאל זיין בעסער און נאך בעסער, ווארום ער איז דאך דער עצם הטוב, ומטבע הטוב להיטיב, אבער מען דארף אויך ניט איגנארירען די חסדים פון השם יתברך וואס מען האט שוין געזעהען, און בפרט אז ווי איר שרייבט אז מען האט געזעהען חסדים גלוים, און אפענע נסים.

איך וויל אונטערשטרייכען, אז איך מיין ניט צו זאגען מיט דעם אז מען דארף ניט אריינקוקען אין דעם וואס מען דארף, און מיין אויך ניט צו זאגען, אז עס פעלט אייך ניט אין ענינים עיקרים הנ"ל, איך וויל נאר באטאנען דאס גוטע, און גוט אין דער גרויסער מאס, וואס איר און אייער מאן האבען געזעהען אפילו מיט די פליישיגע אויגען.

נאך א נקודה אין דעם (און וועלכע איז ניט ווייניגער וויכטיג), וואס ערקלערט אין תורתנו הק', אז די מאס ברכות פון הקב"ה ווענדעט זיך אין א געוויסער מאס, ווי דער מענש נעמט זיי אויף, און אויפפירונג אין איינקלאנג מיט דעם און אנערקענונג פון די חסדים, פארגרעסערט דאס דעם צנור והכלים אויף צו באקומען זיינע חסדים בעתיד הקרוב ובעתיד בכלל.

פון די עצות היעוצות צו דעם, ווען מען וויל באקומען א הוספה אין די ברכות פון השם יתברך, איז צו טאן א טובה א צווייטען אידען בגשמיות אדער ברוחניות, און אזוי ווי אין געבען צדקה גשמיות נויטיגט זיך יעדערער, ד.ה. אז יעדערער האט א מעגליכקייט אין דעם, אזוי אויך איז אין טאן א טובה ברוחניות, און וואס מער מען גיט צו אין דעם, איז אויסער וואס מען איז מקיים א ציווי פון תורה, ואהבת לרעך וואס רבי עקיבא זאגט אויף דעם אז עס איז כלל גדול בתורה, און וואס דאס גיט צו אין די ברכות פון השם יתברך, קומט דא אויך צו דער ספוק נפשי, וואס מען זעהט פרי טוב בעמלו, און וואס דאס ווירקט דירעקט און אומדירעקט צום געזונט בעסערונג און אויף דער אפשאצונג השקפה פון דעם אלעס וואס עס ווערט געטאן אין זיך און ארום זיך, ויהי רצון איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות בכל הנ"ל.

מען האט געדארפט בודק זיין די תפילין פון אייער מאן און אויך די מזוזות בא אייך אין דירה, און איר זאלט אפהיטען דעם גוטען מנהג פון בנות ישראל, צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר