ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תרנ

ב"ה, י"ח טבת, תשי"ט

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד סניף באסטאן

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

מיט גרויס פערגעניגען האב איך געלייענט אייער באריכט און ספעציעל אין דעם סניף פון טהרת המשפחה.

עס וואלט געווען א גלייכע זאך, איר זאלט זיך פארבינדען מיט דעם מרכז אגודת נשי ובנות חב"ד און איבערגעבען זיי ספעציעל וועגען דער טייל ארבעט, וואס זיכער קאן מען אין אזא אופן אדער ענליכען טאן אויך אין פילע סניפים פון אגודת נשי ובנות חב"ד, און פון אייער פראקטיקע און אייערע ידיעות קען מען לערנען ווי עס זאל צוגיין יעדער סניף אין זיין שטאט צו דער ארבעט, און ווי צו פארגרעסערען די הצלחה מיט דעם אויבערשטענ'ס הילף אין דעם.

השם יתברך זאל העלפען איר זאלט מצליח זיין אין דאס אויבנגעזאגטע, און אזוי אויך אין די אנדערע אפטיילונגען פון אייער ארבעט, און אין אן אופן פון מעלה מעלה, ובריאות מתוך שמחה וטוב לבב.

בברכה לבשורות טובות בכל האמור,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר