ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תרסט

ב"ה, ערב ראש חדש שבט, ה'תשי"ט

ברוקלין, נ.י.

צו די אנטיילנעמער אין דעם 91'טן

יערלעכען דינער פון מרכז הישיבות

"תומכי-תמימים" ליובאוויטש

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דער היי-יאהריקער דינער - ב' שבט - קומט פאר אין דער נאענטקייט פון צוויי וויכטיקע טעג אין דעם חודש, וואס האבן א ספעציעלע באדייטונג פאר ישיבות בכלל און פאר ישיבות תומכי-תמימים בפרט.

* * *

דעם ערשטן טאג אין חודש שבט, דערציילט אונז די תורה (דברים א, ג), האט משה רבינו אנגעהויבן זאגן ספר דברים - משנה תורה פאר די אידן.

משנה תורה האט געהאט א ספעציעלע בעדייטונג אויך אלס צוגרייטונג פאר די אידן - ערב זייער אריינגיין אין ארץ ישראל. ארויסגייענדיק פון אן ארט, וואו זיי האבן יארן-לאנג ניט געהאט קיינע גשמיות'דיקע זארג, וואו אלע נויטווענדיקייט פון שפייז, באקליידונג און א ד;63636#&אך איבערן קאפ איז ג-טלעך באזארגט געווארען (דורך דעם מן, באר, ענני כבוד וכו'), און איידער זיי זיינען אריינגעקומען אין א לאנד און ;63636#&ארט לעבן, וואו מען האט געדארפט אקערן און זייען און שניידען און פארנעמען זיך מיט אלע אנדערע וועלטלעכע ענינים - האבן זיי געדארפט באקומען ספעציעלע גייסטיקע כוחות און באווארענישן, כדי אז זיי זאלן אין דער גשמיות'דיקער וועלט ניט נאר ניט מגושם ווערן, נאר פארקערט, זיי זאלן אריינברענגען קדושה, אויסלייטערן און אויפהויבן די גשמיות'דיקע וועלט ארום זיך, זיי זאלן מאכן די גשמיות - רוחניות, דורך תורה און עבודה, צדקה און גמילות חסדים.

און דאס איז אויך - ספעציעל אין די לעצטע דורות - די אויפגאבע פון ישיבות.

ניט, ווי אנדערע מיינען, אז דער עיקר ציל פון ישיבות איז צוצוגרייטן רבנים, שוחטים און אנדערע כלי-קודש, נאר דער עיקר און הויפט אויפגאבע איז - צוגרייטן "סתם" אידן, אז איידער זיי גייען ארויס אין וועלט און ווערן בעלי-בתים, בעלי-עסקים אד"ג - זאלן זיי זיך פריער אנז;63636#&אפן און דורכגעדרונגען ווערן מיט תורה ויראת שמים, און שפעטער, זייענדיג אין וועלט, זאלן זיי אויפהויבן די גאנצע סביבה ארום זיך - דורך באזעלען אלע אידן ארום זיך מיט אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל אין טאג-טעגלעכן לעבן.

* * *

דעם צענטן טאג אין שבט איז דער יארצייט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, דער מנהל פון דער ערשטער ליובאוויטשער ישיבה (וועלכע איז געגרינדעט געווארען דורך זיין פאטער כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) אין ליובאוויטש מיט 26 יאהר צוריק, און) וועלכע האט א דאנק אים אויפגעבליט אויך אין אמעריקא מיט 91 יאהר צוריק.

און אויך אין די ישיבות תומכי תמימים באמעריקא, האט כ"ק מו"ח אדמו"ר געשטעלט דאס אויבנדעמאנטע אלס ציל:

צוזאמען מיט אויפבריינגען תלמידים גדולים בתורת הנגלה און גדולים בתורת החסידות - זאל דער עיקר אויפגאבע זיין - אויפבריינגען תלמידים בעלי מסירת נפש אויף אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל, און - דורך מעשים בפועל דוקא. און האט מצליח געווען אויך אין דעם - ווי מען זעט עס אין די תמימים בארבע כנפות הארץ.

אין אנבליק פון דעם יום ההילולא - יו"ד שבט - פון דעם מייסד מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש אין אמעריקא, וועט יעדער איינער און איינע זיכער דערוועקען אין זיך אינערע כחות צו שטיצען דעם מרכז הישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש אין דער גרעסטער מאס.

און וועט דורך דעם געניסן די ג-טלעכע ברכות, וואס דער בעל ההילולא איז מעורר רחמים רבים אויף ממשיך זיין, פאר יעדן איינעם און איינע ואס נעמט אנטייל אין דער אונטערשטיצונג און אויסברייטערונג פון די הייליקע מוסדות וואס ער האט געגרינדעט, הם ובניהם ובנותיהם וכל אשר להם שליט"א.

בכבוד ובברכה,

מ. שניאורסאהן

ו'תרסט

נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 247 והושלמה ע"פ צילום האגרת.