ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תרעו

ב"ה, ט' שבט, תשי"ט

ברוקלין.

שלום וברכה!

במענה למכתבו מיום א' עם הפ"נ שיקרא בעת רצון על הציון הק' של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

בו כותב ע"ד מצב בריאותו, ומחשבות וכו'.

ומובן, אז עס [איז] מיר א גרויסער וואונדער אויף דעם, ווארום עס איז דאך ידוע ומפורסם, און בא חסידים בפרט, די עצה טובה און אנזאג פון רבותינו נשיאינו, טראכט גוט וועט זיין גוט, און ווי באוואוסט פון די פילע סיפורים, אז דאס איז נתקיים געווארען בפועל, און בפרט אז די השגחה עליונה האט אייך געבראכט אין כפר חב"ד, מיסודו ובהנהלתו של כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, וואס דארטן איז במיוחד התעוררות ר"ר שלו על כל תושבי הכפר חב"ד, הם וכל אשר להם, איז דאך דאס אויבען געזאגטע ריכטיג כמה פעמים ככה, ואין להאריך בדבר הפשוט, און איך ערווארט צו הערען גוטע בשורות פון אייך אין דעם, און אויך אז איר ווירקט איין אויף די אנדערע תושבי הכפר חב"ד, צו שטארקען זייער געמיט, אויף צו-צוגעבען אין צנורות וכלים, אויף אויפנעמען די ברכה והצלחה גדולה וועלכע מ'איז משפיע מלמעלה למטה, ויהי רצון שתכה"י יבשר טוב בטוב הנראה והנגלה.

המחכה לבשו"ט.