ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תרפ

ב"ה, י"ב שבט, תשי"ט

ברוקלין.

שלום וברכה!

אויפן גרונד וואס עס ווערט ערקלערט אין מערערע ערטער בתורתנו הק', אז יעדער ענין, ווען ער ווערט אויך מיט א טהאט זאך פארבונדען, פארשטארקט דאס נאך מער די זיכערקייט, אז דער ענין וועט צושטאנד קומען אין דער פולסטער מאס.

וואס מיט דעם ווערט אויך ערלקערט, די העכסט וויכטיקייט פון מצות מעשיות דוקא, ווי עס האט זיך אויך גערעט אין דעם מאמר פון יום ההילולא של כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, יו"ד שבט, און מיט דעם ווערט אויך ערקלערט, וואס מיר געפינען בא פילע נביאים, אז השם יתברך האט זיי געהייסען צו טאן אויך א טהאט זאך, וועלכע זאל מרמז זיין (אנדייטען) אויף דעם ענין הנבואה, ווייל דאס פארזיכערט מער דעם פולען צושטאנד-קומען פון דער נבואה. און דאס איז אויך דער אינהאלט פון דער משנה (אבות ג, טו) והכל לפי רוב המעשה (זעה דארט דעם פירוש המשניות להרמב"ם),

איז אויף דעם אויבען געזאגטען יסוד, וויל איך אלס צוגאב צו דעם וואס מיר האבען גערעט, שרייבען דאס אויך בכתב, אז:

השם יתברך זאל געבען אייך און יעדערן פון אייערע בני בית שי' ברכתו והצלחתו אין דער פולסטער מאס, אין דעם וואס מען נויטיגט זיך, סיי אין ענינים רוחנים און סיי אין ענינים גשמים, און אין דעם העכסט חשוב'ן ענין, צו האבען אמת'ן נחת, וואס דאס איז אידישער חסידות'שער נחת פון יעדערן פון אייערע קינדער און אייניקלעך, און אויפנעמען דאס געזונטערהייט ובשמחה ובטוב לבב.

און דער זכות וואס איר וועט אין א נאך פיל גרעסערער מאס אויך אויף ווייטער טאן אין עניני צדקה וגמ"ח ביחוד, ועניני תורה ומצוות בכלל, סיי אין אייערע ד' אמות און סיי אין דער גאנצער סביבה, זאל דאס זיין דער גוטער צנור און ברייטער, צו אויפנעמען די ברכות השי"ת בטוב הנראה והנגלה.

בברכה.