ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תרפד

ב"ה, ט"ז שבט, תשי"ט

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף.

בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייך און אייערע קינדער שיחיו אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צו דעם אינהאלט פון אייער שרייבען, און דער עיקר צו מגדל זיין אייערע קינדער שיחיו לתורה ולחופה ולמעשים טובים.

אין אייער פראגע, בהנוגע צו דער בר מצוה פון אייער זון וועלכער ווערט אין תמוז דרייצען יאר, לאורך ימים ושנים טובות און ער איז א יתום מאביו וכו'.

לויט אונזער מנהג, מאכט מען ניט קיין אונטערשייד און מען הייבט אן לייגען תפילין צוויי חדשים פאר דעם טאג פון זיין בר מצוה, און די בר מצוה פראוועט מען אין דעם געבורטס-טאג זיינעם.

געוויס היט איר אפ דעם גוטען מנהג פון אידישע טעכטער, צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב, און עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז מען זאל בודק זיין די מזוזות בא אייך אין דירה, אז זיי זאלען זיין אלע כשר'ה ווי דער דין איז, און אויך משתדל זיין איינגעוויינען דעם זון שי' ער זאל זאגען יעדער טאג נאכן דאוונען אין דער פריה דעם קאפיטל תהלים, לויט זיין עלטער [אנהויבענדיק צו בר מצוה פון קאפיטל יד, און דעם נעקסטען יאר דעם קאפיטל ט"ו א.

א.וו.].

בברכה צו גוטע בשורות,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

ו'תרפד

קיין אונטערשייד: ראה גם לעיל ח"ט אגרת ב'תתטז.