ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תשסו

ב"ה, י"ג אד"ש, תשי"ט

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד

סניף מאנטרעאל,

ה' עליהן תחיינה.

ברכה ושלום!

מיט צופרידענהייט האב איך באקומען אייער בריף פון יו"ד אדר שני מיט דאס בייגעלייגטע, ביישטייערונג מעות חטים פאר די מוסדות חב"ד בארצנו הקדושה תבנה ותכונן במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו.

השם יתברך זאל העלפען אז אייער ארבעט זאל אנהאלטען אין שטייגען סיי אין כמות (פארגרעסערונג פון צאל חבירות) און סיי אין איכות (דאס אויפהאלטען און שטארקען אידישקייט אויף מערערע געביטען).

און דאס איז דאך איינע פון [די] הוראות (אנדייטונגען) וועגען פורים וואס רבותינו ז"ל דערציילען אונז, אז דעם מחצית השקל, וואס אידען האבען געגעבען, האט צו נישט געמאכט די עשרת אלפים ככר כסף פון המן, און דורך דעם איז בטל געווארען די גזירה,

וואס אין אונזער צייט, מחצית השקל, איז ענין הצדקה.

בברכה צו א פרייליכען פורים און צו גוטע בשורות.