ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תשצח

ב"ה, ה' ניסן, תשי"ט

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון 92/3, וועלכער איז אנגעקומען מיט א פארשפעטיגונג, אין וועלכען איר שרייבט, אז איר געפינט זיך צווישען חברים, וועלכע זיינען ניט רעליגיעז, און דאס האט געווירקט אויך אויף אייך, וויילע ס'איז שווער צו קעמפען מיט מענשן וועלכע מען באגעגענט זיך אין דער ארבעט וכו', און פרעגט וואס קען מען טאן אין אזא פאל. איר דערמאנט אויך, אז איר האט אוניווערסיטעט בילדונג, אבער שרייבט ניט, אין וועלכען פאך-געביט.

בכלל, איז איבעריג צו באטאנען, אז די אויפפירונג פון א יחיד (איינצעלן מענשן) קען מען לערנען אין פילע פאלען, פון דער אויפפירונג פון א כלל (מערערע מענשן), געמיינט דעם אידישען פאלק אלס כלל, אויב מען זאל אננעמען די שיטה (ריכטונג) וואס איר שרייבט, אז געפינענדיג זיך אין א געוויסער אומגעבונג (סביבה) דארפמען זיך אויך אויפפירען ווי די סביבה, איז דענסטמאל א ספק, אויב אידען וואלטען ווען באלד פון אנהויב, געווארען א פאלק, און אויב אפילו עס וואלט פאסירט יע געגען דער ריכטונגס-ליניע, וואלטען פון זיי - לויט אייער שרייבען - גלייך ארויסקומענדיג פון מדבר און אריינקומענדיג אין לאנד כנען, קיין שריד ופליט (קיין איבערבלייבעכץ) ניט געבליבען, אלס כלל, ווארום זיי זיינען שטענדיג געווען, דער המעט מכל העמים (די קלענסטע פיזישע צאל צווישען פעלקער) און זיי האלט דאס אויף - דאס זיין אנדערש - אין פארלויף פון די דריי טויזענט פארגאנגענע יארען פון דענסטמאל אן.

דער אויסגאנג פון אזא אויפפירונג (ווי איר שרייבט) ווען זיי וואלטען נאכפאלגען דאס, אריינקומענדיג אין דעם לאנד כנען, וואלטען זיי אויך געטיילט דעם גורל פון די שבע אומות, נאך וועלכע זיי וואלטען זיך נאכגעשלעפט, פון וועלכע ס'איז איצטער קיין איינע פראן, און אזוי אויך אין באצוג צו גלות בבל (נאכ'ן חורבן פון בית שני), גלות רומי, פון וועלכע - געמיינט בבל און רומי - איז געבליבען ניט מער [ווי] חורבות, אזוי וואלט אויך געווען פון די וועלכע וואלטען זיך נאכגעשלעפט נאך זייער לעבענס ריכטליניע.

אבער אנהאלטענדיק זיך, מיט ג-טס הילף, אין דער ריכטיגער אויפפירונוג, אז מען מוז אויפהאלטען די אמת'ע אויפפאסונג און אידישע לעבענס אנשויאונג (וואס דאס איז דער אינערליכער גרינטליכער "איך" פון אן אידן) פארזיכערט דאס שטאנדהאפטיקייט און אויסדויער, און דאס וואס די סביבה פירט זיך אנדערש, און וועלענדיק נאכטאן, איז אין געגענטייל, מיט דעם נאכטאן זיי פארלירט מען דעם אנזעהן בא זיי, ווארום סוף סוף, איז נאכשלעפונג קען ניט ערוועקען כבוד און רעספעקט, ניט בא אנדערע, און ניט בא זיך.

די אידישע אויפפירונג אלס כלל, און אלס פרט, האט איבערגעלעבט בבל און רומי און ענליכע, און אלע פעלקער וועלכע זיינען געווען אין מער צאל און האבען געדריקט מיט פערשידענע גזירות גרויסע פעלקער זיינען פארטיליגט געווארען, און אידען זיינען שטאנדהאפט, אתם נצבים היום כולכם, און פון יענע פעלקער, ווי געזאגט אויבען, איז מער ווי חורבות און מוזעאום אנדיינק, ניט פארבליבען.

דאס אויבען געזאגטע איז ריכטיג, אפילו ווען מען געפינט זיך אין א סביבה פון גזירות ושמדות ר"ל, ווי אונזערע ברידער געפינען זיך אין די באלשעוויסטישע איינפלוס לענדער, און ענליכע, אבער די וועלכע זיינען ניט געשטעלט געווארען צו אזא נסיון, און געפינען זיך אין א לאנד וואו מען קען זיך אויפפירען ווי מען וויל, און ווילען נאר דורכאויס יאגען זיך נאך דער מערהייט, אן קיין שום שכל מאטיוו אין דעם, נאר מער ניט וויילע די מערהייט, איז אזוי, איז דאך פארשטענדליך די נעגאטיווקייט פון דעם.

פארשטענדליך, אז ניט אלעמאל קומט אן גרינג, צו זיין אנדערש פון דער מערהייט, אבער ניט שטענדיג איז אויך גרינג צו אויפפירען זיך לויט צדק און יושר, און ניט עובר זיין אויף לא תחמוד, לא תגנוב, אפילו ווען ער האלט זיך אפ פון לא תגזול, צוליב מורא פאר פאליציי, דאך וועט קיינער ניט זאגען, אז מען דארף אויסקלייבען די זאכען, וועלכע עס קומען אן גרינגע.

און א ביישפיל קען מען בריינגען אויך פון קינדער יארען, וואס יעדער קינד וויל בעסער שפילען זיך איידער לערנען און שטודירען יארען נאכאנאנד, און איצטער - אין די שפעטערע יארען - זעהט מען ערשט, דעם אונטערשייד, וואס וואלט געווען, ווען מען קלייבט אויס דעם לייכטערן וועג, פון שפילען זיך וכו'.

די געזאגטע איבערצייגונג, אז אחרי רבים להטות, איז אלעמאל ריכטיג, האט אויך געבראכט די ערליכע דייטשען אונטער היטלערן, צו דער טענה: וויבאלד אז צענדליגער מיליאנען דייטשען, ברענען אידען אין אויסשוויץ, איז צוליב וואס זאל ער זיין אנדערש, ס'איז דאך אחרי רבים להטות.

איך וויל ניט מאריך זיין אין דעם אויבען דערמאנטען ענין, ווארום איך רעכן, אז א יונגען מענשן דארפמען ניט איבערצייגען מיט ראיות, אז ניט דאס איז דער לעבענס אויפגאבע, צו זוכען א ענין פון וואס ווייניגער אנשטריינגונג, און וואס גיכער אויסמישען זיך מיט דער סביבה.

אויך באוואוסט דער צוגאב פארגלייך: אז דומם (שטיינער א.ד.ג. באשעפענישן) זיינען אין מער צאל ווי צומח (געוויקסען) און געוויקסען זיינען אין מער צאל ווי חי (לעבעדיקע באשעפענישען) און חי איז מער צאל פון מדבר (ריידענדיקע, מענשן) און מדבר אליין זיינען אנדערע פעלקער אין מער צאל איידער אידען, און צווישען אידען אליין וכו', דאך וועט קיינער ניט זאגען, אז די אויפגאבע און ציעל-צוועק פון דעם צומח איז צו ווערען א דומם, און אז א מדבר זאל שטרעבען צו ווערען א חי, וכו'.

ויהי רצון אז השם יתברך זאל אייך געבען דעם כח, נאכפאלגען דעם אמת'ן שכל, און ניט נאכשלעפען זיך נאכן ווילען, זוכען דאס גרינגערע וועלכעס איז אויך דאס ביליגסטע.

בברכה צו גוטע בשורות ולחג פסח כשר ושמח,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר