ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תתז

ב"ה, י"א ניסן, תשי"ט

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד, סניף קלעוולאנד

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

מיט צופרידענהייט האב איך געלייענט דעם רעפארט פון דעם יערליכען לאונטשען, וועלכער איז צושטאנד געקומען דעם פאריגען י"ט אדר שני.

איך וויל דערמיט אויסדריקען מיין דאנק און ברכה, צו די אלע איינטיילנעמער און ספעציעל מיטהלעפער, אין דעם ערפאלג פון דעם צוזאמענקונפט, אויף צו שטארקען אידישקייט אויף אלע געביטען און ספעציעל צווישען אידישע פרויען, וועלכע זיינען די וועלכע ווערען טיטולירט מיט דעם נאמען, עקרת הבית, די הויפט גרינדערין און אנפירערין פון דער אידישער הויז, צו אריינבריינגען גליק און פרייד, פאר זיך, פארן מאן און קינדער שיחיו.

איך וויל אויך האפען, אז דער צוזאמענקונפט, זעהענדיק די גוטע ארבעט, וועט אייך צוגעבען נאך מער ענערגיע און אנשטריינגונג, צו פארטזעצען די הייליקע ארבעט, אין א אלץ שטייגענדער מאס, און במילא אויך צו באקומען די ברכות פון השם יתברך אין א אלץ גרעסערער מאס.

און דערנענטערענדיק זיך צום יום טוב פסח, דארף דאס אויך דינען אלס א אפלערנונג, פאר אידישע פרויען ספעציעל, צו באגרייפען דעם גרויסען זכות און גלייכצייטיג די פארנטווארטליכקיייט, צו זיין די, אזוי ווי אמאל, אויף וועלכע עס זאל אויך געזאגט ווערען, בזכות נשים צדקניות נגאלו אבותינו ממצרים - אין זכות פון פרויען צדקניות, זיינען אונזערע עלטערן אויסגעלייזט געווארען פון מצרים - און אויך פון היינטיקען גלות, על ידי משיח צדקנו במהרה בימינו.

ס'איז אויך ערהאלטען געווארען אייער ביישטייערונג פאר בתי ספר למלכאכה בכפר חב"ד, 062 (איינגעשלאסען אין דעם 001 פון קינזמאן ברענטש).

און זיכער וועט די הבטחה פון הקב"ה אראפקומען בפועל, אז דער זכות הצדקה, שטייט באיי יעדערן מיט זיינע בני בית, צו דעם וואס מ'נויטיגט זיך, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.

מיט א וואונש פאר א כשר'ן פרייליכען יום טוב פסח און אראפבריינגען די שמחה אין אלע טעג פון א גאנץ יאהר.