ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תתיא

ב"ה, י"ב ניסן, תשי"ט

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף, מיט דער פראגע, עס זיינען [פראן] פרויען וועלכע ווילען זיך באטייליגען אין די אסיפות פון נשי ובנות חב"ד און עס איז דא א האפנונג, אז דורך דעם זאל זיי צוקומען פילע ענינים אין יראת שמים, און פון דער אנדער זייט, זיינען פראן פון די שטענדיגע חבירות וועלכע פארטראגען זיך ניט גוט מיט די אויבען דערמאנטע, איז וואס זאל זיין די לייזונג פון דעם פראבלעם.

צו יעדער חבירה פון נשי ובנות חב"ד און בפרט די אקטיווע מיטגלידער און די גרינדערין ספעציעל, דארף ערקלערט ווערען, די גרעסטע וויכטיקייט פון מקרב זיין א אידען - מאן אדער פרוי - צו אידישקייט, און אויף וויפיל די נשיאי חב"ד האבען זיך אויף דעם מוסר נפש געווען, ביז צו מסירת נפש בפועל, און נאך מער, זיי האבען אוועקגעגעבען פון זייער צייט, וועלכע זיי האבען געקענט אויסניצען אויף שטייגען העכער און העכער, אום צובריינגען א אידען, וועלכער האט לכאורה ניט געהאט קיין שייכות, צו א מצוה קלה אפילו און בפרט צו א מצוה חמורה.

און דאס וואס די נשיאים האבען דאס אונז דערציילט, איז דאך זיכער, ניט צוליב א שיינער סטארי, נאר אום אז יעדערער זאל זיך אפלערנען פון דעם, ווי עס פאדערט זיך צו האנדלען בא אזוינע אנגעלעגענהייטען, חאטש פארשטענדליך, אז ס'איז אין קיין פארגלייך די אפפערוויליגקייטען פון די נשיאים צו אנדערע, און דאך איז דאס אזוי געטאן געווארען.

איך וויל האפען, אז נאך ערקלערען דאס אויבען געזאגטע, וועלען זיכער די חבירות פון נשי ובנות חב"ד, פארבויגען זייער ברוגז, אום אז א אידישע נשמה זאל נעהנטער ווערען צו הקב"ה תורתו ומצותיו, און ניט נאר דארפען זיי איינשטימען אויף דעם, נאר דארפען אנערקענען דאנקבארקייט צו הקב"ה, פאר געבען זיי אזא מעגליכע געלעגענהייט, פארבויגען אויף א טענה וכו' צוליב קדושת שמו ית'.

בברכה צו גוטע בשורות אין דאס אויבען געזאגטע און פון דער אויסברייטערונג פון דער ארבעט פון נשי ובנות חב"ד, ולחג פסח כשר ושמח,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר