ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תתלו

ב"ה, ג' אייר, תשי"ט

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה שלמה שי'

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ר"ח אייר, און עס וואונדערט מיר וואס איר דערמאנט ניט וועגען מיין בריף לחג הפסח, און געוויס וועט איר דאס ערגענצען בא דער נאהענטער געלעגענהייט.

איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף וועגען דער פארשטארקונג פון "בית ליובאוויטש" און וועגען די פלענער פאר דער ווייטערדיקער ארבעט.

און זיכער איז איבעריג צו אונטערשטרייכען אז - ה' עמנו (במילא) לא תיראום, פאר די פערשידענע שוועריקייטען, וואס איר דערמאנט אין אייער בריף, און ווי באוואוסט דער פסק בית דין של מעלה, אז בגלל המסירת הנפש הלזו (פון רבנו הזקן) על תורת החסידות, פסקו בבית דין של מעלה, אשר בכל ענין של תורה יראת שמים ומדות טובות, תהי' יד מקושריו והולכי בעקבותיו על העליונה (געדרוקט אין ספר קיצורים והערות לתניא, סוף עמוד קכב). און אויב אין אלע צייטען האט מען דאס געהאט, איז דאך זיכער אז אין דער צייט פון עקבתא דמשיחא און סוף פון גלות, וואס יעדער ענין פון אידישקייט און חסידות איז זייער נוגע, גיט מען דאך געוויס כחות אויף צו אויספילען די אויפגאבע.

ויהי רצון, אזוי ווי עס איז די לאזונג פון דעם יאר, ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה ועד לנחלה בלי מצרים, זאל אויך זיין אין דעם ענין דער ופרצת וגו'.

ואשרי חלקם פון יעדערן וואס טוט אין דעם, וועלכעס איז אויך א צנור אויף צו בריינגען א צוגאב אין די ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס מען נויטיגט זיך אליין מיט דער פאמיליע.

בברכה להצלחה מופלגה, ובפרט צו די אלע וועלכע האבען גענומען איינטייל ביז איצטער און זיכער וועלען זיי נאך צוגעבען, צו געבענטשט ווערען ברוב טוב מנפש ועד בשר.

המצפה לבשו"ט בכל האמור,

מ. שניאורסאהן

ו'תתלו

מו"ה שלמה: פערין, לונדון. אגרות נוספות אליו - לעיל ו'תשעה, ובהנסמן בהערות שם.

בית ליובאוויטש: ראה לעיל שם.

לאזונג פון דעם יאר: ראה גם לעיל אגרת ו'תקמא, ובהנסמן בהערות שם.