ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תתמב

ב"ה, ה' אייר, ה'תשי"ט

ברוקלין, נ.י.

צו די אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער

פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין נוארק

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

צו דער געלעגנהייט פון דעם יערלעכן באנקעט פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין נוארק, יום א' פ' בהר.

שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו אלע געערטער געסט און אנטיילנעמער, און האף אז די סעודת מצוה וועט ברענגען דער ישיבה מער ווי די דערווארטעטע הילף און אונטערשטיצונג, סיי גייסטיג סיי פינאנציעל, דורך דער גרעסטער אנשטרענגונג פון אלע פריינט פון דער ישיבה.

מיר געפינען זיך איצט אין די טעג פון ספירה, וועלכע דערוועקן אין אונז די איבערלעבונג פון אונזערע אבות, ארויסגייענדיג פון גלות מצרים כדי צו באקומען די תורה אויפן בארג סיני, און זיי האבן מיט בענקשאפט און אמגעדולד געציילט די טעג און די וואכן צו דעם ליכטיגען טאג פון מתן-תורה. מען דארף זיך אין דעם אריינטראכטן. ווארום די אידן, ארויסגייענדיג פון מצרים, האבן נאך ניט געוואוסט וואס תורה איז, און וואס תורה באדייט פארן אידישן פאלק און פארן אידישן פרט. מיר אידן האבן שוין אבער זינט יענער צייט דערפילט און זיך איבערצייגט ווי אזוי די תורה - תורת חיים - איז אונזער גאנץ לעבן, ווי אזוי תורה און מצוות מאכן ליכטיג דאס טעגלעך לעבן פון יעדן אידן, און באשיצן אונז אין די שווערסטע צייטן פון גלות. דארף דאך יעדער איד איצט אודאי פילן און ארויסווייזן נאך א גרעסערן און טיפערן געפיל פון ליבשאפט און איבערגעבנהייט פאר דער תורה הק'.

אין דער סדרה פון דער וואך פון דעם באנקעט (פ' בהר), רעדט זיך וועגן דער מצוה פון אפגעבן פאר דעם אויבערשטן א גאנץ יאר, איין יאר אין זיבן, אלס א שבת לה'. אידן האבן זיך געדארפט אפרייסן פון זייערע פערזענלעכע אינטערעסן און ערדישע באשעפטיקונגען, און א גאנץ יאר אפגעבן זיך מיט תורה און קדושה. פארזיכערט, גלייכצייטיק, די תורה הק', אז ניט נאר וועט דורך דעם ניט גאר ניט פעלן בא אידן, נאר אדרבה, דער אויבערשטער וועט אויף אן איבערנאטירלכן אופן שיקן זיין ברכה, אז איין יאר זאל ברענגען פרנסה פאר דריי יאר.

אויף דעם אופן איז אויך די איבערנאטירלעכע ברכה וואס דער אויבערשטער שיקט פאר יעדער טעטיקייט און איבערגעבנהייט אין אלע ענינים פון קדושה, בפרט די אונטערשטיצונג פון אזא מוסד תורה על טהרת הקדש, ווי די ליובאוויטשער ישיבה אין נוארק, דאס שטאלץ פון נוארקער און ניו-דזשערסי אידנטום.

בברכת הצלחה.

ו'תתמב

נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 359 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

מיט בענקשאפט.. געציילט: ראה גם לעיל חי"ז אגרות ו'ריא. ו'שג ובכ"מ. לקמן ו'תתנה.