ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תתמה

ב"ה, ה' אייר, תשי"ט

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ב' אייר, תפארת שבתפארת, איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין עם, אז אלץ גייט בסדר ת"ל. ויהי רצון אז תמיד כל הימים זאלט איר אנזאגען נאר גוטע בשורות, סיי אין עניני בריאות בגשמיות כפשוטה, און סיי אין עניני בריאות ברוחניות.

במ"ש וועגען דעם ענין פון לאזען וואקסען א בארד.

זעלבסט פארשטענדליך, אז איר זייט גערעכט אז מען דארף דאס טאן אין א אופן, אויף צו אנהאלטען דאס, און ניט נתפעל ווערען, ווי עס שטייט אין אנהויב פון טור ושו"ע אורח חיים און ווערט געבראכט אין שו"ע פון אדמו"ר הזקן "ולא יתבייש מפני המלעיגים".

איז אויב דאס איז מיט אייער ביידענס צושטימונג (ד.ה. אויך פון אייער פרוי תחי') און זייט משער, אויף וויפיל א מענש קען משער זיין, אז איר האט די נויטיקע שטארקייט, און מיר געפינען זיך דאך אין די טעג פון ספירת העומר, וכמ"ש וספרתם לכם, וואס ווי באוואוסט דער אפטייטש פון רבנו הזקן מיוסד אויף ספרי קבלה, וספרתם, מאכען ליכטיג, לכם בא זיך.

זאל זיין די החלטה אין דעם און דאס אויספירען בפועל, בשעה טובה ומוצלחת, און די שוועריקייטען זאלען זיין אלץ פיל מער גרינגער, ווי מען שטעלט זיך פאר.

אויך בנוגע די מענשן, וואס איר דערמאנט אין אייער בריף, אז זיי וועלען דאס שארף אויפנעמען, האף איך אז אין צוזאמענהאנג מיט דער גוטער בשורה בקרוב אין אייער פאמיליען לעבען, און וואס זיכער וועט דאס צלם אלקים אויך צוגעבען אין די ברכות פון השם יתברך, און זיין הצלחה אין דעם אלץ וואס מען נויטיגט זיך, וועט אויך די רעאקציע פון די אויבען געזאגטע זיין אויך פיל שוואכער, איידער איר שטעלט זיך פאר. און השי"ת זאל אייך מצליח זיין צו אנזאגען גוטע בשורות אויך אין דעם.

ואכפול ברכתי, אשר השי"ת ימלא הריון זוגתו תחי' כשורה ובנקל ותלד זחו"ק בעתה ובזמנה כשורה ובקל.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

ו'תתמה

אפטייטש.. מאכען ליכטיג: ראה גם לעיל חי"ז אגרת ו'רכד.