ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תתנה

ב"ה, עש"ק פ' אמור, ה'תשי"ט

ברוקלין.

לאחינו בני ישראל

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

מיר געפינען זיך אין די טעג פון ספירה, וואס אין זייער טיפערער באדייטונג זיינען זיי טעג פון צוגרייטונג צו קבלת-התורה. לויט רז"ל, ברענגען אונז די טעג פון ספירה צו דער צייט פון יציאת-מצרים, ווען אידן האבן מיט גרויס אינערלעכער בענקשאפט געציילט די טעג און די וואכן, באלד נאך זייער קערפערלעכער באפרייאונג, ביז צו דעם מאמענט פון זייער גייסטיקער באפרייאונג באם בארג סיני. זיי האבן נאך ניט געוואוסט גענוי וואס תורה איז און וואס תורה באדייט פאר דעם יחיד און פאר דעם כלל. ס'איז גענוג געווען צו וויסן, אז דער גאנצער צוועק פון יציאת מצרים איז געווען צוליב קבלת-התורה, ווארום טיף אין הארצן האט שוין געשפראצט בא זיי דער געדאנק פון אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל, וואס אונזערע אבות אברהם, יצחק און יעקב האבן פארזייט אין יעדער אידישער הארץ. און די גרויסע אינערלעכע בענקשאפט, וועלכע האט זיך אויסגעדריקט אין טאג-טעגלעכן לעבן, האט געבראכט דערצו אז אין פארלויף פון א גאר קורצער צייט האבן די אידן דערגרייכט די מדרגה פון ממלכת כהנים וגוי קדוש.

פאר דער צייט פון 1723 יארן זינט יציאת מצרים און מעמד הר סיני, וואס די גרעסטע טייל דערפון האבן אידן דורכגעמאכט אין איין גלות נאך א צווייטען, האבן זיך אידן טיף איבערצייגט, אז די תורה איז תורת-חיים - אין פשוטן זין פון דעם אויסדרוק - אונזער לעבן, סיי אלס יחידים, סיי אלס א פאלק. איז

זעלבסטפארשטענדלעך ווי גרויס אונזער בענקשאפט צו דער תורה דארף זיין. מער ניט וואס פארשידענע אומשטענדן פארטונקלען אמאל די אינערלעכע אויפגעבונדנקייט פון א אידן מיט דער תורה ומצותי'. דעריבער איז נויטיק, פון צייט צו צייט, צו וועקן דאס אידיש הארץ, וואס איז באמת שטענדיק וואכזאם (לב ישראל ער הוא).

זאגט די תורה (אין דער סדרה פון היינטיקער וואך) אמור אל הכהנים גו' ואמרת - זאג איינמאל און א צווייטן מאל - להזהיר גדולים על הקטנים - אנצוזאגען די גרעסערע צו משפיע זיין אויף די קלענערע.

אלע אידן זיינען דאך ווי כהנים (ממלכת כהנים), און כאטש כהנים זיינען זריזים, ניט פארשלאפן, דארף מען אבער אויך זיי אפט וועקן, און דער עיקר, אז זיי זאלן געדיינקען ניט נאר זייער אייגענע פליכט, נאר זאלן אויך באוועגן אנדערע צו טאן זייער פליכט.

עס זיינען פאראן אזעלכע וועמענס גרעסערקייט איז אין דעם געביט פון כשרון, מי און השפעה, און אזעלכע וועמענס גרעסערקייט איז אין דעם געביט פון געלט. יעדער איינער דארף טאן אויף דעם געביט וואו די השגחה עליונה האט אים געשטעלט.

פארשטייט זיך, אז דער וואס איז גרויס אין די אלע זאכן, איז זיין פליכט פראפארציאנעל, און די פאדערונג אז ער זאל דערפילן זיין פליכט - נאך גרעסער און שטארקער.

* * *

איך ווענד זיך צו אייך, אחינו בני ישראל, פאר דער צענטראלער ליובאוויטשער ישיבה "תומכי-תמימים", וואס געפינט זיך איצט אין א פינאנציעלן קריטישן צושטאנד.

ווען די ליובאוויטשער ישיבה וואלט זיך איצט געגרינדעט צום ערשטן מאל און געפאדערט אייער שטיצע, וואלט איר זיכער זיך געדארפט אפרופן מיט דער גרעסטער ווארימקייט. בפרט אז די ישיבה האט באוויזען, מיט ג-ט'ס הילף, און מיט דער מסירות נפש פון אירע תלמידים און ראשי-ישיבות, דורכצומאכן איבער זעכציק יאר פון איין גלות נאך א צווייטען, און האט באשיינפערלעך באוויזן איר ספעציפיש אינערלעכן ווערט, אויסדויער און אפפערוויליקייט פאר תורה ומצות על טהרת הקודש.

יעדער איינער און איינע איז אין דעם כלל פון דער אויפפאדערונג להזהיר גדולים על הקטנים; יעדער איינער און איינע דארף זיך אפרופן, מיט זריזות און אפילו מסירות נפש, אויף דעם הילפס-רוף פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין איר איצטיקער קריטישער פינאנציעלער לאגע.

בזכות זה וועלן די קטנים ווערן גדולים און די גדולים - נאך גרעסער, אין אלע הינזיכטן, כי - גדול הוי' ולגדולתו אין חקר, און דער אויבערשטער וועט אודאי ניט שולדיק בלייבן, בבני חיי ומזוני רויחי, רויחי בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בכבוד ובברכה,

מ. שניאורסאהן

ו'תתנה

נדפסה בלקו"ש ח"ב ע' 681 והושלמה ע"פ צילום האגרת.

אינערלעכע בענקשאפט: ראה גם לעיל אגרת ו'תתמב, ובהנסמן בהערות שם.