ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך יח /
- ו'תתעד /
ב"ה, ראשון לפ' במדבר, ה'תשי"ט
ברוקלין.
צו אלע חברות פון אגודת נשי ובנות חב"ד
איבעראל און צו זייערע פארשטייער - די
מיטגלידער פון דער יערליכער קאנווענשען
בפרט
ה' עליהן תחיינה
ברכה ושלום!
אין צוזאמענהאנג מיט דער יערלעכער קאנווענשאן פון אגודת נשי ובנות חב"ד, און דורך דער פארמיטלונג פון דער קאנווענשאן,
שיק איך מיין ברכה צו יעדערער פון אייך איבעראל, און דריק אויך אויס מיין הערצליכע באגריסונג צו דער קאנווענשאן,
א באגריסונג און ברכה צו גרויס הצלחה אין דער ארבעט פון נשי ובנות חב"ד אין אלע אירע אפטיילונגען און פרטים, און אז די ארבעט זאל דורכגעפירט ווערן, אין גוטן געזונט און שטימונג, מיט חסידישער לעבעדיקייט און פרייד,
און ספעציעל זאל עס זיין אזוי, אין דער ארבעט פון דער קאנווענשאן, וואס דארף באשטימען און איין ווירקען אויף דער ארבעטס-פראגראם ביז דער קומענדיקער קאנווענשאן - נאכן מאכ'ן דעם סך הכל פון די דערגרייכונגען פון דער פארגאנגענער צייט.
* * *
אין דעם לייענען תורה אין שול, און אין איר וואכענטליכען לערנען, איינלערנען און איינלעבען-זיך-אין-איר אין דער היים און איבעראל - הייבן מיר איצט אן די סדרה און דעם ספר במדבר.
גלייך אין אנפאנג ווערט אונז דערציילט וועגן דעם אנזאג פון איבערציילן די אידן (כן ירבו). אויך אין די שפעטערדיגע סדרות פון דעם ספר ווערט דערציילט וועגן ציילונגען פון די אידן דאמאלס. און די תורה גיט דערצו א זפעציעלע וויכטיקייט - אויף אזוי פיל, אז דער גאנצער ספר במדבר ווערט אנגערופן חומש הפיקודים - דער חומש פון די ציילונגען.
* * *
וואס קענען מיר לערנען דערפון בהנוגע צו אונזער ארבעט פון פארשפרייטען אידישקייט דורכגעדרונגען מיט חסידישע ליכט און ווארימקייט?
איינער פון די הויפט געדאנקען אין דעם איז:
בא ציילונגען - איז יעדער פון די געציילטע, ווי גרויס און וויכטיג ער זאל ניט זיין, איז ער דאך ניט מער פון איינס. און, אויך פון דער צווייטער זייט, ווי קליין און געפאלען א צווייטער זאל ניט זיין, איז ער דאך ניט ווייניגער ווי איינס.
פון די הויפט שטערונגען צו דעם איבערגעגעבענעם און ווארעמען טאהן פאר א צווייטען - איז דער געדאנק: וואס גייט עס מיך אן; באם צווייטענס געפאלענקייט - וואס קען מען שוין דא אויפטאהן.
אריינטראכטענדיג זיך אבער אין דאס אויבענגעזאגטע - אז אליין פאר זיך איז מען ניט מער ווי איינס, און אום צו באקומען דעם כח און חשיבות פון מערערע מוז מען זיך פארבינדען מיט נאך אידען.
אריינטראכטענדיג זיך, אז אזוי ווי דער צווייטער איז איינס מיט עם צוגלייך, קען דאך זייער און זייער מעגליך זיין אז, מיט דער געהעריגער הילף, זאל ער זיך אויסגלייכען מיט עם אין אלע הינזיכטען -
זעהט מען די ניט ריכטיקייט פון די געזאגטע שטערונגען, מען זעהט די גרויסע דערגרייכונגען, פאר זיך און פאר'ן צווייטען, צו וועלכע מען קען צוקומען, און מען ווארפט זיך אריין אין דער ארבעט - מיט בענייטע לעבעדיקייט און ענערגיע.
* * *
דער אויבערשטער זאל בענשען אייער ארבעט אז זי זאל זיין מיט פיל הצלחה אין אלע הינזיכטען.
צוזאמען מיט זיין ברכה און הצלחה צו יעדערער פון אייך מיט די בני בית - שיחיו, אין די פרטיות'דיקע ענינים.
און גאר אינגיכען, זאלן מיר זוכה זיין, מיט אלע אידן צוזאמען, זעהן די ערפילונג פון דער ג-טליכער נבואה: אין דעם ארט (ארץ ישראל) וואס איז איצטער חרוב... וועלן נאך פארבייגיין די שאף (די אידן) פארביי דעם וואס וועט זיי ציילן (משיח) - זאגט ג-ט.
בברכת הצלחה ולבשורות טובות,
מ. שניאורסאהן
לייענען תורה אין שול: מג"א (סרפ"ב סק"ו). שו"ע אדה"ז שם ס"ה.
ווערט אנגערופען: סוטה ז, ז.
נבואה: ירמי' לג, יג. במדב"ר ב, יא. תרגום שם (ולהעיר מתנחומא כי תשא. וחילוק הגירסא לעת"ל, או לעוה"ב וא"כ ל"פ על התרגום).
ו'תתעד
נדפסה בלקו"ש ח"ב ע' 684 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.