ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תתפו

ב"ה, אסרו חג השבועות, ה'תשי"ט

ברוקלין.

צו די בראנזוויל-איסט-ניו-יארק ליידיס

אקזילערי

פאר די ליובאווטשער ישיבות

תומכי-תמימים

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

מיט פארגעניגען האב איך באקומען די ידיעה וועגן דעם קומענדיקן יערלעכן לאנטשאן, דינסטאג י' סיון, און אזוי ווי עס קומט פאר אין די טעג וואס געהערן נאך צום יום-טוב פון קבלת התורה בשמחה ובפנימיות- לויט דעם נוסח הברכה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר - וויל איך האפן אז די אינערלעכע שמחה פון דעם יום-טוב שבועות וועט זיך אויסדריקן אויף א פאסנדן אופן אויף דעם לאנטשאן.

אן אויסדרוק פון אונזערע רביים און נשיאים, בפרט א נוסח פון א ברכה, איז דאך מדוייק - דורכגעטראכט און דייטלעך:

קבלת התורה דארף זיין אי מיט שמחה אי מיט פנימיות (אינערלעכקייט), און ביידע זאכן זיינען אויסגעבונדן. די שמחה וואס דער אויבערשטער האט אונז אויסגעקליבן אלס זיין הייליק פאלק און דערמעגלעכט אונז צו דערנעענטערן זיך און באהעפטן זיך מיט אים דורך תורה און מצוות, דארף אין אונז דערוועקן א תשוקה און אינערלעכן באגער אנצונעמען די תורה אזוי אז די תורה זאל אונז דורכנעמען און דורכדרינגען און באזעלען אלע ענינים אין אונזער טאג-טעגלעכן לעבן. במילא קען דאך קיין רייד ניט זיין וועגן באטראכטן תורה און מצוות אלס א לאסט, חלילה, אדער אן איינגעלערנטע געוואוינהייט ;63637#&אן חיות און לעבעדיקייט; יעדער ענין פון תורה ווערט אן אינערלעכע און דערפרייענדע איבערלעבניש, און עס פארשווינדן אלע נסיונות און שוועריקייטן.

אזוי אויך יעדע טעטיקייט צו פארשטארקן און פארשפרייטן תורה און מוסדות חינוך על טהרת הקדש, וואס דארף געטאן ווערן מיט שמחה און פנימיות. און וויבאלד אז עס האנדלט זיך וועגן אינערלעכן געפיל, צייכנט זיך אין דעם אויס די אידישע פרוי גאר באזונדערס.

דעריבער האף איך אז יעדע איינע פון די מיטגלידערינס וועלן מיט א שטייגענדע באגייסטערונג פארזעצן זייער גוטע ארבעט צו העלפן דערציען דעם יונגען דור אין חינוך על טהרת הקדש, אין א וואקסענדער מאס, אזוי אז זיי זאלן געניסן פון דער ברכה פון קבלת התורה בשמחה ובפנימיות אין דער פולסטער מאס.

השם יתברך זאל אייך מצליח זיין אין אייער ארבעט ווי אויך אין אייערע ענינים פרטיים, אייך און אייערע בני בית שיחיו, עס זאל בא אייך שטענדיק הערשן שמחה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה לבשורות טובות ולהצלחה.

ו'תתפו

נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 272 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.

אויסדרוק.. מדוייק: ראה גם לעיל חי"ז אגרת ו'רצז.