ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תתצ

ב"ה, ט"ו סיון, תשי"ט

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ברוך שי'

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון יום ד' מיט דעם בייגעלייגטען פסק דין פון סופרים ק;63637#&אאורט, והנצחון.

און השם יתברך זאל העלפען, מ'זאל גיין פון איין נצחון צום צווייטען, און שטייגען אלץ העכער אין ענינים פון תורה ומצות און אמת'ע יהדות, ניט פארוואסערטע און אמפוטירטע אידישקייט, נאר אזא ווי געגעבען צו משה מסיני, וואס דוקא מיט דעם וועג, דרך נותן התורה ומ;63636#&צוה המצות, העלפט השם יתברך אז סוף סוף פירט מען אויס אין החזקת והתפשטות היהדות.

און זעלבסט פארשטענדליך, וואס אלץ מער מ'איז שטארקער אין בטחון, און וואס מיט מער הארץ און מער ווארימקייט, חסידות'שע ווארימקייט און מסירת נפש, מ'טוט אין דעם, אלץ גרעסער און בקרוב זעהט מען, ווי אז אמת מארץ תצמח, וה' אתנו אל תיראום, ווארום - ה' ילחם לכם.

בכבוד ובברכה לבשורות טובות און לויטן פתגם פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, צו א געזונטען זומער בגו"ר,

מ. שניאורסאהן

ו'תתצ

נדפסה בלקו"ש חט"ז והושלמה ע"פ צילום האגרת.

מו"ה ברוך: ליטווין, מט' קלעמענס. אגרות נוספות אליו - לעיל ו'תשסד, ובהנסמן בהערות שם.

סופרים ק;63637#&אארט, והנצחון: במשפט המחיצה בביהכ"נ. ראה לעיל חט"ו אגרת ה'תקכא, ובהנסמן בהערות שם.