ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תתקכב

ב"ה, ז' תמוז, ה'תשי"ט

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה שלמה שי'

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער בריוו פון כ"ז סיון. עס פרייט מיר צו זען אייער אינטערעס אין דער ארבעט פון ליובאוויטש וואס שטרעבט צו פארשפרייטן די ליכטיקייט פון תורה און מצוות על טהרת הקדש. אין דעם צוזאמענהאנג וועט אייך זיכער אינטערעסירן צו באקומען דאס בייגעלעגטע קאפיע פון א מעסעדזש פון פ' בהעלותך, וואס וועט האפנטלעך אויך צוניצקומען און פארוואנדלט ווערן אין מעשים בפועל.

אזוי ווי איר דערמאנט ניט וועגן געזונט, נעם איך אן אז דאס איז בסדר, און זאל גיין פון גוט צו נאך בעסער.

אין דער פראגע, אויב ס'איז כדאי צו קויפן הייזער אלס א מקור הכנסה פאר דער ליובאוויטש הויז, ווענדט זיך אין דעם מצב פון ריעל עסטייט אין ענגלאנד אין דעם מאמענט, ווי אויך די באדינגונגען פונם קויפן. אויב ביידע זאכן זיינען, לויט אייער אינפארמאציע, גינסטיק, זאל דער אויבערשטער געבן אז עס זאל זיין מיט הצלחה גדולה.

בנוגע דער שאלה וועגן די שערס, קומט בא מיר אויס, אז וויבאלד איר האט עס שוין געהאלטן אזא לאנגע צייט, איז ניט כדאי איצט צו פארקויפן אויף האלב פרייז, און בעסער האלטן זיי ביז מען וועט קענען זיי פארקויפן מיט ריווח.

אין דער פראגע וועגן אריבערקלייבן די ביזנעס אין אן אנדער ארט, און צי עס לוינט זיך אריינצוקלייבן זיך אין א טייערן געגנד מיט א גרעסערער הוצאה, אבער דערפאר וועט דער געשעפט האבן א מעגלעכקייט צו פארגרעסערן זיך - איז דאך באקאנט מיין שיטה אז עס דארף זיין מיט "ואתהלכה ברחבה" - מיט א ברייטקייט.

בפרט, אז דער אויבערשטער האט אייך מזכה געווען מיט דעם גוטן געדאנק צו נעמען אויף זיך די פאראנטווארטלעכקייט פאר די הוצאה פון בית ליובאוויטש - דארף מען אויסברייטערן די צנורות צו באקומען וואס מער ברכה און הצלחה פון דעם אויבערשטן, וויבאלד אז א טייל פון דער הכנסה גייט אויף דעם דערמאנטן הייליקן צוועק. און כאטש די הבטחה פון "עשר בשביל שתתעשר" איז שטענדיק גילטיק, דארף מען אבער אויך טאן בדרך הטבע צו אויסברייטערן די צנורות וכלים. ויהי רצון, אז עס זאל זיין משנה מקום משנה מזל לטובה ולברכה פארן געשעפט, און צו פארנוצן די פארדינסטן אויף גוטע און פריילעכע זאכן בשמחה ובטוב לבב.

בברכת הצלחה גדולה ולבשו"ט.

ו'תתקכב

מו"ה שלמה: פערין, לונדון. אגרות נוספות אליו - לעיל ו'תשעה, ובהנסמן בהערות שם.