ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך יח /
- ו'תתקמב /
ב"ה, י"ח תמוז, תשי"ט
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף דיין בריף פון יום א', אין וועלכען דו שרייבסט אז מ'האט דיר דערציילט פערשידענע זאכען וועגען ליובאוויטש, און דו ווילסט אויסגעפינען אויב דאס איז אמת, און עס ;63636#&ארט דיר זייער, צו וויסען דאס.
די מענשן, וועלכע דו דערמאנסט, פון וואס דו האסט געהערט פון זיי, פארשטייסט דו דאך, אז זיי זיינען קיינמאל ניט געווען נאהענט צו ליובאוויטש און ווי עס זהעט אויס פון דעם ארט ריידין מיט דיר, טוען זיי פארקערט פון מצות תורה, און ניט נאר פון א סתם מצוה, נאר פון דעם כלל גדול בתורה, ואהבת לרעך כמוך (ירושלמי נדרים פ"ט ה"ד).
פון דעם איז אבער אויך פארשטאנדיק, אז עס איז ניטא קיין ארט אין שכל, צו זאגען, אז דוקא אזעלכע ווי זיי, ווייסן וואס מ'גלויבט אין ליובאוויטש, וואס ליובאוויטשער אליין, ווייסן ניט פון דעם, און די זאכען וואס ווי דו שרייבסט, האבען זיי דיר דערציילט, איז איך האב דאס קיינמאל ניט געהערט, זייענדיג אין ליובאוויטש פיל מער פון זיי (אויב זיי ווייסין בכלל פון ליובאוויטש).
וואס עס טוט ווייטאן פיל מער, איז דאס וואס זיי ווייסין ניט וואס עס שטייט געשריבען אין פילע ערטער אין ש"ס, און ווערט גע'פסק'נט אין רמב"ם ושולחן ערוך וכו', און עס איז כדאי, אז דו זאלסט זיי איבערגעבען וועגען דעם, אז דאס וואס זיי ריידן וועגן כ"ק רבותינו הק' זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, איז דא דער פסק דין אין גמרא (ברכות יט, א) בנוגע זייער גוטער אויפפירונג (בלשון סגי נהור) [און דער פסק דין בירושלמי (פאה פ"א הלכה א') לשון הרע כנגד כולם, וכן שם שאינו אומר לה"ר וכו'], ש"ס סוטה מב, א. ערכין טו, ע"א ושם בארוכה. ובכ"מ.
און אויב, ווי עס זעהט אויס, פון ליובאוויטש האלטען זיי ניט, זאלען זיי לכל הפחות האלטען פון דעם ספר חפץ חיים, און ניט האלטען עם - דעם ספר - פארן צווייטען אדער פארן ספרים שאנק, נאר קומען צו דעם באוואוסטזין, אז דאס מיינט מען טאקע זיי אליין. והשם יתברך יחוס וירחם עליהם ויצילם פון זייער איצטיקן צושטאנד, ויהי רצון שיהי' זה בחסד וברחמים.
בברכה לבשו"ט בכל האמור,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר