ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תתקעד

ב"ה, ט"ז מנ"א, תשי"ט

ברוקלין.

פארוואלטונגס קאמיטע פון "בית

ליובאוויטש"

אין לונדון

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

אין צוזאמענהאנג מיט די פערשידענע טעטיקייטען פון בית ליובאוויטש, וואס זיכער וועלען זיי, בעזה"י, פארברייטערט ווערען און פארגרעסערט ווערען, און עס וועלען צוקומען נאך ארבעטס געביטען,

איז לויט מיין מיינונג ר;63636#&אטז;63636#&אם, אז עס זאל זיין איינער ;63636#&אלס עקזעקוטיב - וועלכער זאל זיך ספעציעל אפגעבען פאר די ענינים פון בית ליובאוויטש, מיט איבערגעבענהייט וואס עס פאדערט די הצלחה פון דער ארבעט.

און אזוי ווי אין די נאהענסטע טעג, פארט נאך לונדון, האברך הוו"ח אי"א נו"נ בעל מדות ורב פעלים נחמן שי' סודאק, וועלכער האט געטאן דא זייענדיג אין ענליכע ארבעט, און האט געהאט זייער גוטע רעזולטאטען, און לויט ווי איך האב מיט עם גערעט, וואלט געווען גלייך, צוליב פילע טעמים, אז ער זאל אויסניצען זיינע פעהיגקייטען און קענטניש, אין דער ארבעט פון פארשטארקען און פארשפרייטונג פון אידישקייט בכלל און הפצת המעינות בפרט, אין לונדון און אומגעגענד,

האט די פארוואלטונג קאמיטע פון בית ליובאוויטש, לויט מיין מיינונג, געדארפט באטראכטען, וועגען זיין קאנדידאטור, אין דער אויבען געזאגטער נויטיגער שטעלע.

ניט וויסענדיג גענוי די נויטיגע מיטלען, וועלכע עס פאדערען זיך פאר דער טעטיגקייט פון בית ליובאוויטש, און אום ניט צו באשווערען דעם בודזשעט פון בית ליובאוויטש, אמווייניגסטען אין דער ערשטער צייט, וואלט מען באדארפט ארויפבריינגען אויף דעם טאג ארדנונג, אז גלייכצייטיג מיט דער אויבען דערמאנטער טעטיקייט זיינע אין בית ליובאוויטש, זאל ער אויך האבען א שיעור אן אלגעמיינעם אדער פאר א פאסענדער כתה.

איך האף אויך, אז ווען דער פארשלאג זאל צושטאנד קומען אין א גוטען פאסענדען אופן, וועט אויך ב"ג מרת פראדל תחי' - קענען אנפירען אין חינוך ענינים פון בית ליובאוויטש, און בפרט אז זי האט שוין א ליינגערע צייט געטאן דארט אויף דעם געביט, און לויט די ידיעות, איז דאס געווען בהצלחה.

בברכה, אז געפינענדיג זיך אויף צומארגענס פון ט"ו באב, וואס אין זמן הבית איז ווי די רז"ל דריקען זיך אויס, לא היו ימים טובים לישראל כט"ו באב וכו', און ווי באוואוסט, אז די רוחניות'דיקע ענינים פון תורה ומצות, דארפן זיין אויך איצטער, ווי עס איז געווען בגלוי אין זמן בית המקדש, זאל אויך אזוי זיין אין די טעטיגקייטען פון בית ליובאוויטש, וואס זייער ציעל איז, אז פון דער הויז זאל אויסגעשפרייט ווערען נר מצוה ותורה אור, אין א אופן פון מועד לשמחה, וואס שמחה איז פורץ גדרים, און עס זאל גיין אלץ מער און אלץ ליכטיקער.

בכבוד ובברכת הצלחה בענינים הכללים ובעניניהם הפרטים גם יחד, המחכה לבשו"ט בכהנ"ל,

מ. שניאורסאהן

ו'תתקעד

בית ליובאוויטש: ראה לעיל אגרת ו'תשעה, ובהנסמן בהערות שם.