ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תתקעה

ב"ה, כ' מנ"א, תשי"ט

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ

מו"ה שמואל בצלאל שי'

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון י"ג מנ"א, מיט דעם גוטען אנהויב, וועגען דער התועדות פון י"ב וי"ג תמוז, און דער עיקר אז עס'ז קענטיג אן ענדערונג צום גוטען, וואס עס איז צוגעקומען עולם און אויך א הוספה אין די פעולות בכלל.

ויהי רצון אז די ענדערונג זאל ווערען אלץ מער און גרעסער לויט דער נויטיקייט און פאדערונג פון דער צייט, ועוד והוא העיקר לפי ערך די ברכה והצלחה וואס מ'גיט מלמעלה, און בפרט אין דער לעצטער צייט, און ניט ווי דער טעות העולם (מלשון העלם והסתר, וואס במילא קען מען פארזעהען אויף דעם אפילו וואס מ'זעט בעיני בשר) אז דאס וואס עס רעט זיך ופרצת איז דאס ניט נוגע אזויפיל בפועל, ווארום דער ענין איז - בפועל, און הלואי וואלט מען געמאכט נאר די כלים צו דעם, נאר ניט מיט די פאר סענט, נאר מיט אלפים פונט [און ווי באוואוסט דאס וואס עס שטייט אין מדרש, אז עס זיינען פראן מראות קטנות און מראות גדולות, איז חאטש ס'איז דער זעלבער מענש און דער זעלבער ענין, שפיגעלט זיך אפ אין זיי, מיט אלע זיינע איינצעלהייטען, איז דאך אבער א חילוק אין דעם מן הקצה אל הקצה, און ווי באוואוסט דער משל אויסשפראך פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז צווייען בעטען אויף פערל וואס פעלט זיי, און השי"ת איז ממלא זייער בקשה, נאר דער האט געבעטען אויף פערל גרופען-קאשע זאל ווערען געדיכטער און דער צווייטער האט געבעטען א שנירעל פערעל אויפן האלז זאל ווערען געדיכטער וק"ל].

ועוד נוסף על כל הענין, אז דאס איז אזוי ניט נאר אין ענינים רוחניים נאר אויך אין ענינים גשמים, נאר עס איז הא בהא תליא.

ולבשורתו הטובה, די בר מצוה פון אייער זון חיים עמנואל שי' יהי רצון אשר מבן י"ג למצות יגדל לבן ט"ו לגמרא וכו' כדבר משנה, והוא וזוגתו תחי' ירוו ממנו ומשאר יו"ח שי' רוב נחת אמיתי הוא נחת יהודי חסידותי.

בברכה לבשו"ט.

ו'תתקעה

מו"ה שמואל בצלאל: אלטהויז, מלבורן. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ד ד'תתקיא, ובהנסמן בהערות שם.

רעט זיך ופרצת: ראה לעיל אגרת ו'תקמא, ובהנסמן בהערות שם.