ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תתקפג

ב"ה, כ"ו מנ"א, תשי"ט

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויפן בריף געשריבען דורך אייער איידים הוו"ח אי"א נו"נ בעל מרץ מו"ה אברהם יעקב שי', און אלס צוגאב צו אייער פריערדיקען בריף.

א) די גוטע מנהגים וועלכע האט אנגעהאלטען ביז איצטער, סעודה שלישית, זמירות, מעריב מוצאי ש"ק, מלוה מלכה, תהלים, שיר המעלות און דאוונען יעדער טאג, זעלבסט פארשטענדליך, אז ס'איז העכסט וויכטיג צו אנהאלטען דאס לאריכות ימים ושנים טובות, און טאן דאס מתוך מנוחה אמיתית.

ב) ביז נאך די ימים טובים פון חדש תשרי, איז געוויס א גלייכע זאך צו זיין אין דעטראיט, און האפענטליך וועלען אייערע קינדער שי' וועלכע לעבען דארטען, איינארדנען זיך, צו זיין די ימים טובים צוזאמען, אויף א פאסענדען אופן.

ג) צו אנצינדען א נר תמיד ביז נאכן ערשטן יארצייט, בכלל איז דאס א גלייכע זאך, און וואס נאך וויכטיגער איז, אז יעדער טאג זאל מען לערנען עטליכע משנה'ת משניות צום זכות הנשמה, און יעדער וואכען טאג אין דער פריה פארן דאוונען געבען ח"י סענט אויף צדקה, פאר דעם צוועק (און פארשטענדליך אז די ביידע זאכען דארפען זיין בלי נדר).

ד) אין דער פראגע וואס נאך צו טאן אין דאס אויבען געזאגטען ענין - וואלט געווען א גלייכע זאך אז מ'זאל אפדרוקען א קונטרס מאמרי חסידות, וואס עס וועט געלערענט ווערען אין מערערע ערטער, און אין דעם קונטרס וועט דערמאנט ווערען דער נאמען פון דעם נפטר ע"ה מיט דעם פאטערס נאמען, וואס דענסטמאל די וואס לערנען דעם קונטרס, פילען א דאנקבארקייט צו דעם וואס האט ערמעגליכט דעם אפדרוקען דעם קונטרס, און וואס דאס פועל'ט א עלי' אין דער נשמה, - אויב מעגליך, וואלט גלייך געווען צו אפדרוקען 2 קונטרס מאמרי חסידות, איינער זאל זיין אויף אייערע הוצאות, און איינער אויף די הוצאות פון די קינדער שיחיו.

בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייך און די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט, אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע יעדערן צו דעם וואס ער נויטיגט זיך, לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען און השם יתברך זאל העלפען איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

נ.ב.

בייגעלייגט זיינען דא די רעסיטס פון די מוסדות ליובאוויטש, צו וועלכע ס'איז איבערגעגעבען געווארען די בייגעלייגטע צדקה אין אייער בריף.