ספריית חב"ד ליובאוויטש

ו'תתקפז

ב"ה, כ"ח מנ"א, תשי"ט

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"מ באמונה

מו"ה יעקב שי'

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון כ"ו מנ"א מיט דאס בייגעלייגטע.

וואס איר דערמאנט וועגען דעם מאמר, אז משיח וועט זיין משה רבנו, ווערט דאס דערמאנט אין מערערע ערטער, ווי אנגעצייכענט אונטען אייניגע פון זיי*.

ס'איז פארשטענדליך, די שטארקע קשיא אין דעם, אז משיח קומט דאך ארויס פון דוד, ווי ס'איז רגיל אין אלע ערטער בחז"ל, משיח בן דוד אדער בן דוד סתם.

נאר דער פארשטאנד אין דעם איז, אז דער עיקר פון א אדם, און בפרט פון א אידן, און בפרט נאך בא צדיקים, וואס אויף זיי שטייט אין אגרת הקדש לרבנו הזקן, סי' ז"ך, אין דעם ביאור, שחיי הצדיק אינם חיים בשרים כ"א חיים רוחנים שהם אמונה ויראה ואהבה כו', עיי"ש. און רבנו הזקן שרייבט אויף דעם, כנודע - ווי א ענין וואס ס'איז גוט באוואוסט -

איז דארטען וואו ס'איז די נשמה פון משה, איז דאס דער עיקר משה, דאס איז משה.

א ביישפיל אויף דעם איז אויך דאס, וואס דער גוף ווערט דאך אנגערופען, א לבוש צום נפש, און בא דעם אדם איז דאך ניט נוגע וואו עס געפינען זיך זיינע לבושים, וויבאלד אז ער אליין איז דא, - פארשטייט זיך, אז דער פארגלייך איז ניט אינגאנצען איינשטימיג, ווארום דער גוף פאראיינציגט זיך דאך מיט דער נשמה, און אויף טאן א מצוה מוז די נשמה אנקומען צום גוף, און דאס איז דאך וואס עס פארבינדט זיי, אבער א הבנה אין דעם ענין הנ"ל גיט דאס.

און אזוי ווי מיר דערנעהנטערן זיך צום חדש אלול, חדש הרחמים, און ווי ערקלערט אין לקוטי תורה לרבנו הזקן, אז דענסטמאל איז מאירים י"ג מדות הרחמים, וואס דורך זיי איז דער ענין פון נושא עון ופשע וחטאה ונקה, וואס דאס איז מבטל דעם (ומפני) חטאינו (גלינו מארצנו), זאל דאס אויך מקרב זיין ביאת גואל ראשון הוא גואל אחרון משה רבנו משיח צדקנו במהרה בימינו ממש.

בברכה לבשו"ט.

*) זהר חדש בסופו בתיקונים (ד"ה וישלחהו. קי, ד). זהר בראשית, כה, ב. לקוטי תורה להאריז"ל פ' ויחי עה"פ עד כי יבוא שילה. ס' הליקוטים שם. ועוד.

ו'תתקפז

מו"ה יעקב שי': כץ, שיקגו. אגרות נוספות אליו - לעיל ו'תרסו, ובהנסמן בהערות שם.