ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך יח /
- ז'יא /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך יח > ז'יא
ב"ה, כ"א אלול, ה'תשי"ט
ברוקלין, נ.י.
לכבוד קהלת "עדת ישראל" האוואנא, קובא
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
איך האב דערהאלטן אייער בריף פון י"ב מנחם אב, אין וועלכן איר בעט צושיקן אייך א מדריך, ווינשנסווערט א מוסמך אין הוראה, בכדי ער זאל האבן דעם נויטיקן אויטאריטעט צו זיין א מנהיג, אא"וו.
מיין ענטפער האט זיך פארהאלטן, ווייל איך האב געוועלט אויספארשן די מעגלעכקייטן צו געפינען א פאסנדן קאנדידאט. ליידער האט זיך נאך ביז איצט ניט געפונען אזא פערזאן וואס זאל זיין מער-ווייניק צוגעפאסט צו די באדינגונגען און פאדערונגען פון אייער קהלה, צוליב פארשידענע אומשטענדן. איך האב דעריבער באשלאסן ניט אפצוהאלטן מיין ענטפער לענגער, ווארום אפשר האט איר אנדערע וועגן ווי אזוי צו באקומען א פאסנדן קאנדידאט.
איך מוז אבער צוגעבן, אז אויב עס וועט נאך מוזן נעמען צייט ביז איר וועט באקומען א פאסנדן קאנדידאט, מוז מען אבער זען, אז די לעבנס-נויטווענדיקייטן פון דער קהלה זאלן אינצווישן ניט ליידן. איך מיין ספעציעל דעם חינוך על טהרת הקדש.
אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, פארזיכערן אונז, אז דער אויבערשטער פאדערט לויט די מעגלעכקייטן זיי צו דערפילן. וויבאלד אז חינוך על טהרת הקדש איז פון די עלעמענטארסטע און העכסט נויטווענדיקע פליכטן, ווי אויך לימוד התורה בכלל אויך פאר דערוואקסענע און עלטערע, ליגט א הייליקער חוב אויף דער קהלה צו געפינען אין דער קהלה גופא עטלעכע פערזאנען וועלכע זאלן צוזאמען דערפילן די דערמאנטע פונקציעס, ביז דער צייט ווען עס וועט זיך געפינען דער פאסנדער קאנדידאט וואס זאל איבערנעמען אויף זיך די גאנצע פליכט. און, ווי געזאגט, וויבאלד אז דאס איז א לעבנס-נויטווענדיקע פליכט, וועט מען זיכער געפינען וועגן ווי זי צו דערפילן, אויב מען וועט מאכן די פאסנדע אנשטרענגונגען דערצו.
אין די איצטיקע טעג פון חודש אלול, חודש הרחמים, און דערנעענטערנדיק זיך צו ראש-השנה, איז צו האפן, אז אייער קהלה בכלל און יעדער איינער בפרט וועט דורכגעדרונגען ווערן מיט א געפיל פון התעוררות און גייסטיקע אויפלעבונג צו באפעסטיקן די יסודות פון חינוך הכשר, הרבצת התורה וקיום המצוות אין אייער קהלה.
איך האף אז איר וועט אינגיכן קענען אנזאגן די גוטע בשורה, אז איר זייט צוגעטראטן צו דער ארבעט און אז עס גייט מיט הצלחה.
איך ווינש אייך אלעמען בכלל און יעדן איינעם בפרט א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בכבוד ובברכה.