ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'יד

ב"ה, כ"ה אלול ה'תשי"ט, שנת השבע

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום

ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה!

די איצטיקע טעג, דער סוף פון דעם אלטן יאהר און שטייענדיק ביים אנהויב פון דעם נייעם יאהר, הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, איז א צייט פון חשבון הנפש פאר דעם פארגאנגענעם יאהר, און, אין איינקלאנג מיט דעם סך הכל פון חשבון, אננעמען די געהעריגע באשלוסען אויף דעם נייעם יאהר.

דער חשבון קען זיין ריכטיג בלויז דאן, אויב אויך די אפשאצונג פון די אייגענע כחות און מעגלעכקייטען איז א ריכטיגע. וואס גרעסער די מעגלעכקייטען וועלכע מען האט געהאט אבער ניט אויסגענוצט, אלץ גרעסער איז דער פארדרוס, די עבירה פון ניט אויסניצען זיי און אלץ שטארקער דארף זיין די אנטשלאסענקייט - פון איצטער אן און ווייטער אויסצונוצען די מעגלעכקייטען אין דער פולסטער מאס.

די צייט פאר ראש השנה און ראש השנה זעלבסט - איז ניט נאר די געלעגנהייט וואס פאדערט א חשבון הנפש אין אלגעמיין, נאר אויך דערמאנט זי און מאנט א טיף אינערלעכע אפשאצונג פון די אייגענע אונגעהויערע כחות וואס מען פארמאגט - אלס מענטש, דער בחיר הנבראים און אלס איד וואס דער בורא יתברך האט עם געגעבען די ג-טליכע תורת-חיים - ווארום ראש השנה איז דער טאג ווען דער מענטש איז באשאפן געווארען.

* * *

ווען דער מענטש איז באשאפן געווארען, האט אים דער באשעפער גלייך אנגעוויזען וואס זיינע כחות זיינען און וואס איז זיין אויפגאבע אין וועלט:

מלאו את הארץ וכבשוה ורדו בדגת הים ובעוף השמים ובכל חי' הרומשת על הארץ (פילט אן די ערד און נעמט איר איין און געוועלטיקט איבער די פיש פון ים און די פויגעל פון די הימלען און אלע חיות וואס גייען אויף דער ערד).

דעם מענטש'ן האט מען געגעבען כחות אויף איינצונעמען די גאנצע וועלט און באהערשען זי, אויף דער יבשה, אויפן ים און אין דער לופטען, און מען האט עם אנגעזאגט אז ער דארף עס טאן, דאס איז זיין אויפגאבע.

וואס איז די וועג צו דער וועלט באהערשונג און וואס איז איר צוועק און אינהאלט? דערציילען חז"ל און לערנען אונז:

ווען דער אויבערשטער האט באשאפען אדם הראשון - האט זיין נשמה - דער צלם אלקים, דורכגעדרונגען און געלויכטען בא עם, און דאס און דורך דעם - האט ער באהערשט די גאנצע בריאה (באשאפונג). אלע באשעפענישען האבן זיך פארזאמלט אים צו קרוינען אלס זייער באשעפער. האט זיי אדם הראשון אויפגעוויזען זייער טעות און האט צו זיי געזאגט: בואו נשתחוה - לפני ה' עושנו (לאמיר אלע גייען דינען ג-ט, אונזער באשעפער).

* * *

די וועלט באהערשונג וואס איז געגעבען געווארען צום מענטשן אלס זיין אויפגאבע און שליחות, איז אויפצוהייבען דעם ארום, די גאנצע וועלט אויך די חיות און בהמות צום נוצען פון אמת'ע מענטשליכקייט, מענטשליכקייט וואס איז דורכגעדרונגען און באלויכטען מיט דעם צלם אלקים, מיט דער נשמה, חלק אלקה ממעל ממש - וואס דאס בריינגט די גאנצע בריאה צו דער אנערקענונג אז - ה' עושנו.

זעלבסטפארשטענדליך, אז איידער דער מענטש פארנעמט זיך מיט באהערשן די וועלט, מוז ער פריער באהערשן זיך אליין, באהערשן דאס ערדישע און חי'שע אין זיין נאטור. וואס דאס ווערט דערגרייכט דורך אויספירען די אנווייזונגען פון דער תורה, תורת חיים - וועג-ווייזער אין טאג-טעגלעכען לעבן, אזוי אז דאס מאטעריעלע און חומריות'דיקע ווערט דורכגעדרונגען און באלויכטען פון דער ליכטיקייט פון - ה' אלקינו ה' אחד.

דער אויבערשטער האט באשאפען איין מענטש און האט דעם איין און איינציגען מענטשן געגעבען די אויבענדערמאנטע פליכט און אויפגאבע. דא ליגט די טיפע אבער קלארע אנדייטונג, אז איין מענטש - יעדער מענטש - איז בכוח צו "באהערשען די וועלט".

אויב א מענטש דערפילט ניט זיין אויפגאבע, ער ניצט ניט אויס זיינע אונשאצבארע ג-טליכע כחות - איז דאס ניט נאר א פערזענלעכער אונגעהויערער פארלוסט און דורכפאל, נאר עס רירט אן דעם גורל פון דער גאנצער וועלט.

* * *

אין די טעג פון חשבון הנפש, ווען מען באטראכט זיך, אז יעדער איינער פון אונז - דורך אויספאלגען די אנווייזונגען פון בורא העולם אין זיין תורה - האט די מעגלעכקייט איינצונעמען וועלטן, דארף יעדערער שטעלן זיך די פראגע, ווי ווייט ער האט אין דעם פארגאנגענעם יאהר געטאן אין דער ריכטונג - וואס דאס איז די ג-טליכע שליחות און דעם צוועק פון זיין לעבן, און וואס ער איז שולדיק געבליבען, און אננעמען די געהעריגע באשלוסען אויף דעם נייעם יאהר.

וה' הרואה ללבב, זעענדיג די פעסטקייט פון די גוטע באשלוסען אין דעם, וועט געבען זיין ברכה אז מען זאל זיי דורכפירען אין דער פולסטער מאס - בשמחה ובטוב לבב, אין הרחבה בגשמיות וברוחניות.

בברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה.

מנחם שניאורסאהן

די עבירה פון ניט אויסניצען: זע אויך כתובות סז, א.

דערציילען חז"ל: זע תיקוני זוהר תיקון נו. פרקי דר' אלעזר פי"א.

ממעל ממש: זע תניא פרק ב. הגהות ה"צמח צדק" דארט (בס' קיצורים והערות ע' עב).

ה' אחד: זע סמ"ק געבראכט אין בית יוסף (טור אורח חיים סי' סא).

איז בכוח: זע סנהדרין פ"ד משנה ה. קדושין מ, ב.

ז'יד

נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 425.