ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'נט

ב"ה, ל' תשרי, א דר"ח מרחשון, ה'תש"כ

ברוקלין, נ.י.

צו די פרויען אפטיילונגען פאר די "בית

רבקה" סקולס,

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

עס האט מיר געפרייט צו הערען וועגען די יערלעכע אונטערנעמונגען פון די פארשידענע אפטיילונגען - קראון-הייטס, איסט ניו-יארק און בראנזוויל, וועסט-סייד - וועלכע קומען פאר היינט און אין די קומענדיגע טעג פון דעם חודש. עס איז ספעציעל צופרידענשטעלענד, וואס באלד נאך דעם יום-טוב'דיגען חודש תשרי, אין דעם ערשטן "וואכעדיגען" חודש פון יאר - מרחשון - האבן די פרויען גרופען באנייט זייער טעטיגקייט פאר די "בית רבקה" סקולס, אן צייט פארלוסט. דאס גיט מיר אויך די האפנונג, אז די דאזיגע וויכטיגע און הייליגע ארבייט וועט געטאן ווערען אונטער דער פולער השפעה און אויפוואכונג פון דעם חודש תשרי, וואס אלס ערשטער חודש פון יאר לעגט ער דעם שטעמפעל אויף א גאנץ יאר. בפרט, אז די הייליגע טעג פון חודש תשרי האבען ספעציעלע אנווייזונגען פאר אידישע פרויען און מאמעס.

ס'איז דאך ידוע, אז חכמינו זכרונם לברכה האבען מסדר געווען די קריאת התורה און הפטרות, אזוי אז דאס וואס מיר לייענען אין דער תורה און אין די נביאים זאל אפשפיגלען דעם אינהאלט פון די הייליגע טעג און זייערע אנווייזונגען אין טאג-טעגלעכן לעבען.

אין די ערשטע טעג פון יאר - אין די טעג פון ראש השנה - לייענען מיר אין דער תורה וועגען דעם געבורט פון דעם ערשטן אידישען קינד וואס איז געבארען געווארען אלס איד, פון אידישע עלטערען, און וועגען דעם מסירות נפש פון אידישע עלטערען פאר דער דערציאונג פון א קינד. דאס איז אויך דער אינהאלט פון דער הפטורה פון דעם ערשטן טאג ראש השנה, וועגען נאך א אידישע מאמע - חנה, און דעם געבורט פון א אידיש קינד - שמואל - און איר מסירות נפש, איבערגעבענדיג איר איינציגען קינד צו א ג-טלעכער דערציאונג. אויך אין דער הפטורה פון דעם צווייטען טאג ראש-השנה, וואו מיר בעטען דעם אויבערשטען ארויסנעמען די אידען פון גלות, ווערט געזאגט, אז דאס וואס עס דערוועקט די ג-טלעכע רחמנות איז " רחל מבכה על בני" - די מוטער רחל באוויינט דעם גורל פון אירע קינדער.

די לערע דערפון - וואס דארף דינען אלס יסוד פאר א גאנץ יאר - איז, צו וויסן, אז א אידיש קינד, פון געבורט אן, געהערט צום אויבערשטן, אז אידישע עלטערען, און מאמעס בפרט, דארפען זיך מוסר נפש [זיין] פאר דעם חינוך הכשר פון זייערע קינדער, און אז חינוך הכשר על טהרת הקדש איז דער יסוד פון דער גאולה השלימה, בב"א.

און דאס איז דאך די ארבייט פון די פרויען הילפס-גרופען פאר די בית רבקה סקולס, און דער גרעסטער זכות אויף בריינגען אמתען גליק פאר יעדער איינער בפרט, זיי און זייערע פאמיליעס, מאטעריעל און גייסטיג.

בברכה ולהצלחה אין דער ארבייט.