ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'סד

ב"ה, ב' מ"ח, תש"כ

ברוקלין.

נשי חב"ד הצעירות, סניף מאנטרעאל,

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון אדר"ח מ"ח, געשריבען דורך הרבנית מרת פייגעלשטאק תחי', אין וועלכען איר שרייבט די פלענער אויף די קומענדע וואכען, און דער עיקר וועגען א קאנווענשאן.

אזוי ווי עס שטייט, ותשועה ברוב יועץ, וואלט גלייך געווען אז דאס זאל באהאנדעלט ווערען און ענטשיידען ווערען בא א ברייטערער אסיפה פון נשי ובנות חב"ד, די וועלכע קענען די איינצעלהייטען וועלכעס איז א עיקר צו וויסען זיי בהנוגע א קאנווענשאן, און זיכער וועט אויך אויסגעארבעט ווערען א פלאן, ווי צוגרייטען אזוי אז עס זאל באזוכט ווערען ווי געהעריג.

און השם יתברך זאל העלפען, אז די באשלוסען זאל זיין אין א גוטער גליקליכער שעה און אין בעסטען אופן צו אויסברייטערן די העכסט וויכטיגע פון נשי ובנות חב"ד, סיי בכמות (מער צאל) און סיי באיכות (קוואנטיטע) וזכות הרבים מסייעתם.

און אז מ'איז זיך משתדל אין אזא ארבעט מיט א געהעריגער צוגרייטונג, זעהט מען אז ס'איז פראן מערערע כחות און די שטערונגען זיינען פיל ווייניגער ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט, און ווי ערקלערט אין מיין מכתב כללי צו ראש השנה פון דעם יאר.

בברכה צו גוטע בשורות אין דאס אויבען געזאגטע און צו א גוטען אנהויב אויף דעם קומענדען יאר צו ארבעטן מתוך מנוחה שמחה וטוב לבב.

בברכת הצלחה.