ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'פב

ב"ה, כ"א מ"ח, תש"כ

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון י"ד מ"ח, אין וועלכען איר שרייבט ראשי פרקים מדברי ימי חייו, און פארענדיקט באשרייבענדיק די שוועריקייטען וואס איר האט בהנוגע דעם איינארדנען זיך מיט פרנסה איצטער, און אויך בהנוגע צו עניני שידוך.

און וויבאלד לויט אייער שרייבען, האט איר פערשידענע פארשלאגען בהנוגע למשרה בקדש שו"ב אדער השגחה, און נעמענדיק אין באטראכט, אז בכלל ווערט דאס געזוכט איצטער בארצוה"ב, און ספעציעל ווען דאס איז פארבונדען מיט א מוהל ובעל קריאה, דארפמען זיך אינטערעסירען ספעציעל צו איינארדנען זיך אין ארצו"ה אין דעם, זעלבסטפארשטענדליך ניט אויפגעבנדיק ענינים פון שולחן ערוך, אבער לויט די ידיעות אין דעם, קען מען עס אויספירען בא דער געהעריגער השתדלות, און בפרט לויט אייער באקאנטשאפט, און אפילו ווען מען טראכט וועגען א שידוך פון א אנדער מדינה איז פון לעצטענס באוואוסט, אז אין די אנדערע מדינות, האט א חשיבות, ווען מ'גיט אן, אז מ'האט א שטענדיגע פרנסה אין אמעריקא.

און אויסניצענדיג די געלעגנהייט, וואס אלץ איז דאך בהשגחה פרטית, אויך אייער ווענדען זיך צו מיר, וויל איך אויפמערקזאם מאכען אייך אויף דער נויטיקייט צו קובע זיין עתים ללימוד פנימיות התורה, וואס בדורנו איז דאס נתגלה געווארען בתורת החסידות, און ווי ערקלערט אין מערערע ערטער און בפרט אין דעם קונטרס עץ חיים לכ"ק אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע, און בפרט אין דעם דור פון עקבתא דמשיחא [ווי מ'זעהט דאס לויט אלע סימנים וועלכע זיינען אויסגערעכענט אין מסכת סוטה] איז דאס א מוז, פאר די אלע וועלכע האבען געלערענט אין א ישיבה (אפילו מחוץ לתומכי תמימים) און ממש א חובת גברא פאר יעדערן, צו צוגעבען וואס מער ליכטיקייט, וויבאלד אז מ'זעהט אז עס ווערט מתקיים, דער אין לך יום שקללתו מרובה וכו' און דער חשך ווערט אלץ שטארקער, ביז אז אומרים לחשך אור ולמר מתוק, דארפמען צוגעבען אלץ מער אין אור ומאור שבתורה, זוהי פנימיות התורה, ואין לך דבר העומד בפני הרצון, און בפרט אז איר האט פילע באקאנטע און פריינד אויך צווישען תלמידי ישיבת תומכי תמימים, מיט וועלכע איר האט זיך געטראפען אויף אייער וואנדער-וועג וכו'.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.

נ.ב.

איר דערמאנט אין אייער בריף, אז אייניגע פון אייערע קינדער שי' געפינען זיך אין שיקאגא, וואס צווישען די רבנים דארטען, זיינען פראן אויך מאנ"ש, און אפשר וואלט געווען גלייך אז איר זאלט זיך פארבינדען מיט זיי אויב איר דיינקט אז אייערע קינדער נויטיגען זיך וואס אין עניני יהדות וואס פילייכט קענען זיי אויפטאן אין דעם.