ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'צ

ב"ה, כ"ה מ"ח, תש"כ

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאך א ליינגערן איבעררייס איז אנגעקומען אייער בריף פון אדר"ח חשון - וועלכעס האט זיך פארהאלטען אין וועג ליינגער ווי געוויינליך.

און ס'איז פארשטענדליך התמי' הגדולה והפליאה, וואס איר דערמאנט גארניט וועגען אייערע פעולות בקדש בכלל און פון חדש תשרי בפרט, בהנוגע להפצת היהדות והפצת המעינות בפרט, וואס אויב אלע אנ"ש זיינען מחויב אין דעם, עאכו"כ די וועלכע האבען געזעהן חסדי השם יתברך אפילו ווען אלעס גייט גלאטיג, און בפרט ווען מען בעט א צוגאב ברכה פון השם, און אפילו דער וואס רעכינט, אז שוין פילע יאר אז ער פירט זיך אזוי אין דעם וועג, איז דאך פארשטענדליך, אז אדרבה, דאס אליין איז א טעם מספיק אויף צו מאנען פון זיך כהנה וכהנה, וכמבואר באגרת הקדש סוף פרק ט' הי' רגיל לקרות דף אחד יקרא שני דפים וכו', און זיכער איז איבעריג צו מאריך [זיין] אין אזעלכע פארשטענדליכע ענינים.

ויהי רצון שאזכה צו באקומען א בשורה טובה בכל האמור, און אז עס גייט אין א אופן פון מוסיף והולך מוסיף ואור ועד לופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה, און אז מ'פירט זיך אויף אין דעם ווי השם יתברך זאגט אן, איז דענסטמאל ווי די משנה זאגט, בטל רצונך מפני רצונו כדי כו' וק"ל.

אין דער שאלה, וועגען די סכומים וואס איר שיקט אייער מוטער תחי', פארשטענדליך אז איר דארפט דאס אנהאלטען און פארזעצען, ולפלא השאלה והספק בזה.

און אין דער פראגע, צי קענט איר פארניצען אויף דעם, די גאנצע אדער א טייל פון אייער קופת צדקה, און בפרט פון דעם מעשר.

דארפט איר פרעגן בא א רב וועלכע פסק'נט שאלות און איבערגעבען עם די פרטים אין דעם, און ער וועט אייך זאגען דעם דעת תורה אין דעם.

און אזוי ווי מיר דערנעהנטערן זיך צום חדש כסלו, חדש הנסים והגאולה, זאל אויך אזוי זיין אין אלע אייערע ענינים הנ"ל.

בברכה לבשו"ט,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

במענה לשאלתו: א) לצדקה יפריש בערך

מההכנסה (לאחרי ניכוי הוצאות העסק).

ב) שכירת המקום המרווח בשביל העסק - נכון במאד (אלא שצריך לברר מקודם הטעם שהשכירות קטנה כל כך).

ג) קנית הצמר שכותבה - נכונה. ויהא כהנ"ל בהצלחה.