ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'צה

ב"ה, ער"ח כסלו, ה'תש"כ

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נו"נ מתפללי בית הכנסת נוסח

האר"י...

שלום וברכה!

געפינענדיג זיך ערב ראש חדש כסלו, וואס ער איז דער חדש הגאולה והנסים והנצחון, ווי באוואוסט בא אלע אידען, און בעפאר פארענדיק צום ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, ווי עס פירט זיך אלע ערב ראש חודש בכלל, און דעם ערב ראש חדש כסלו בפרט.

בין איך געווען פארוואונדערט געמישט מיט צער, פון דעם קלאנג - וואס איך וויל האפען, אז דאס איז ניט שייך לפועל - אז מ'וויל ח"ו וח"ו ענדערען דעם גוטען מנהג, צו זאגען און לערנען בביהכנ"ס מדברי רבותינו נשיאינו זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע בתורת חסידות חב"ד, ווי עס פירט זיך שוין פון פילע יארען און דורות, און וואס האט זיך אויך אויסגעדריקט אין דעם נאמען פון דער שול, נוסח האר"י.

ווי געזאגט אויבען, וויל איך זיין שטארק בבטחון, אז ס'איז ניט מער ווי א קלאנג, און אז מ'וועט פארזעצען דעם אויבען געזאגטען גוטען מנהג, ווי ביז איצטער, און נאך מיט א צוגאב לויט דער אנווייזונג פון תורתנו הק' להעלות בקדש, און ווי די הוראה פון מצות נרות חנוכה אז ס'דארף זיין דוקא מוסיף והולך מוסיף ואור.

און זיכער אז אלע מתפללים פון בית הכנסת נוסח האר"י וועלען העלפען צו אנהאלטען דעם אויבען געזאגטען מנהג, וואס אייגענטליך איז דאס שוין ניט נאר א מנהג, נאר דורך דער חזקה פון די פילע יארען, איז דאס שוין געווארען א דין תורה.

ועוד אלס צוגאב, וואס אויך דאס איז א עיקר, אז באוואוסט די פאדערונג פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און פון זיין פאטער און אזוי דור לדור ביז צו רבנו הזקן, אויף הפצת המעינות פון תורת החסידות אומעטום, און בפירוש באטאנט, אז ס'איז א ענין ניט נאר פאר חסידי חב"ד, נאר - בהמשך הזמן פארן כלל ישראל, און אויב דאס איז געווען אזא פאדערונג אין דער צייט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר און נאך פריער, איז דאך עאכו"כ בדורנו, דרא עקבתא דמשיחא, וואס מ'דארף אנקומען צו סייעתא דשמיא אויף יעדער טריט און שריט.

נאך גרעסער איז געווען בא מיר דער וואונדער, צו הערען, אז מעגליך דאס ווער פון די סאטמרער חסידים, זאלען זיין ניט צופרידען, אדער אפילו אויך שטערין דעם אויבען געזאגטען לערנען פון תורת חב"ד, אין דער צייט, וואס דעם פאריגען סוכות, האב איך באקומען דעם ספר יואל משה [דהרבי מסטמר שליט"א], וואו מ'בריינגט און שטיצט זיך און באגרינדעט זיינע רייד אויף די רייד פון רבנו הזקן בעל התניא ושולחן ערוך, והאומנם כי יסופר אז זיינער א חסיד, זאל טאן פארקערט, און נאך מער, צו שטערן אנדערע פון אזא ענין, וברבים.

ווי אויבען געזאגט, האף איך אז דער לערנען פון תורת חסידות חב"ד, וועט פארגעזעצט ווערען, אן קיינע שטערונגען, והפעם אקצר ואומר שלום, שלום אמיתי, וכפסק דין רבותינו ז"ל (סנהדרין צט, ע"ב) כל העוסק בתורה לשמה, משים שלום בפמליא של מעלה ובפמליא של מטה, און ווי דער ענין איז ערקלערט בארוכה אין לקוטי תורה לרבנו הזקן ד"ה החלצו, און אויך אין דעם מאמר, מיט דער זעלבער התחלה פון כ"ק אדמו"ר (מוהרש"ב) נ"ע, וועלכער איז דא בייגעלייגט.

בברכה צו א פרייליכען חדש און חסידות'שן חדש, און דורך דעם אויבען געזאגטן לימוד, וואס דאס איז א חלק פון הפצת המעינות, פון תורת הבעל שם טוב, חוצה, זאלען מיר זוכה זיין בקרוב ממש, צו דער ערפילונג פון דעם ענטפער פון מלך המשיח, קאתי מר, לכשיפוצו מעינותיך חוצה.

בכבוד ובברכה לבשו"ט בכל הנ"ל.