ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'קה

ב"ה, ה' כסלו, תש"כ

ברוקלין.

ברכה ושלום!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון /29;11amp& און בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייך און אייער זון שי' אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען.

און בהנוגע אייער זון שי', אלס ערשטע דארפמען זעהען איינווירקען אויף דעם, אז דער שפילען זאל זיין אויף גאר קליינע סוממען (סענט) וואס דאס וועט פארקלענערען דעם ווילען צו דעם, און וועט געבען א קלארקייט אין מוח, צו אריינטראכטען זיך, אין דעם ניט געווינטשקייט פון דעם און דורכן אריינטראכטן זיך אין דעם איין מאל און נאך אמאל, וועט דאס אלץ מער אפשוואכען די געוויינהייט ביז עס וועט אינגאנצען אוועק.

און בפרט אז ער האט זוכה געווען צו זיין א תלמיד אין דער ישיבה פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, איז דאך באוואוסט דער פסק דין פון תורתנו הק', אז ענינים פון קדושה תורה ומצות, זיינען אייביגע, און קען ניט גיין פארלארען, און מוזען לאזען א צייכען, וועלכעס ווירקט סוף סוף אויף דעם טאג טעגליכען לעבען.

ויהי רצון, אזוי ווי איר האט געבראכט די בקשה אין דעם, און אויך אין די אנדערע ענינים אייערע, זאלט איר אויך אנזאגען גוטע בשורות אין זיי, און מיט אמת'ן נחת, וואס דאס איז אידישער נחת פון קינדער און קינדס קינדער שיחיו.

בברכה לבשורות טובות.

ז'קה

דער שפילען: בהימורים.