ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'קמ

ב"ה, ד' טבת, תש"כ

ברוקלין.

שלום וברכה!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ר"ח טבת און נאך בעסער פון נר השביעי מיט דאס בייגעלייגטע פ"נ, וועלכער וועט געלייענט ווערען אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, ויתן השם יתברך, אזוי ווי איר האט געבראכט די בקשה, זאלט איר אויך אנזאגען גוטע בשורות אין די אלע ענינים וואס איר שרייבט.

און צו אייער שרייבען, אז עס מאכט זיך ניט קיינע קונים אויף דעם געשעפט.

אפשר איז א וועג צופארען אויף עטליכע טעג אין מאנטרעאל צו זוכען א ענין של פרנסה, און גלייכצייטיג קען זיך מאכען א קונה אין מאנטרעאל, און לאו דוקא דארט וואו איר זוכט איצט.

און וויבאלד, אז ס'איז דאך, אין אתנו יודע עד מה (מטעם הכמוס), דארפמען זוכען פערשידענע וועגען, און השם יתברך זאל געבען די וועג וועלכע איז בעסער.

ויהי רצון, אזוי ווי מיר קומען דאך איצטער פון די טעג פון חנוכה, וואס די צייט פון דער מצוה, צו אנצינדען די ליכטלעך, איז דאך משתשקע החמה, - ווען עס ווערט טונקעל - און דענסטמאל צינט אן א איד און באלייכט, ניט נאר בא זיך, נאר אויך, על פתח ביתו מבחוץ, - אויף דער טיר וועלכע איז צום דרויסען, אז אויך דארט זאל גרייכען די ליכטיקיט, און ניט אין דער זעלבער מאס שטענדיג גלייך, נאר דוקא אין א אופן פון מוסיף והולך מוסיף ואור, צו-צוגעבען אין ליכטלעך און ליכטיקייט, ביז דער רמב"ן (על התורה בהעלותך) זאגט, בהנוגע צו דעם נס פון חנוכה, נרות חנוכה, הנרות שהם לעולם, וכל הברכות שאינן בטלים לעולם, וואס די ברכות איז דאך געמיינט, די ברכות, פון יברכך ד' וישמרך, וכדרשת רז"ל שיתברכו נכסיך.

זאל אזוי זיין בעגלא דידן אין אייער ענין, און דענסטמאל וועט איר זיין טרוד ניט פון דעם וואס איר שרייבט, ווארום די חז"ל זאגען דאך, גלגל החוזר וכו' און אז ח"ו מ'געפינט זיך גאר אונטען, איז דאס א סימן, אז עס הויבט זיך שוין אן עלי' - דער אויפשטייג - נאר אייער טרדה וועט באשטיין אין דעם, מיט וואס צו בארעכטיגען פאר זיך אליין די קשיות און דעם סגנון פון זיי, חאטש אין ברכת המזון, ודוקא אין דער ערשטער ברכה וועלכע איז דאורייתא, זאגט מען בפירוש, הזן את העולם כולו בטובו בחן ובחסד וברחמים, נאר ווי די וועלט זאגט, הלואי זאל מען שוין האלטען דערביי.

בברכה לבשו"ט בכל האמור.