ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'רכא

ב"ה, י' אדר, תש"כ

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאך א ליינגערען איבעררייס איז אנגעקומען אייער בריף פון כ"ג שבט אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער שטימונג איצטער און אויך ר"פ פון אייערע ענינים פון דעם פארגאנגענהייט.

לויט ווי ערקלערט אין תורתנו הקדושה און מיט מער ביאור אין ספרי מוסר וחסידות, איז ניט קוקענדיק אויף די אלע זאכען מוז מען זיין בשמחה וטוב לבב, ווי ערקלערט בארוכה די טעמים אין דעם אויך עפ"י שכל ווי עס שטייט אויך אין רמב"ם אין ספר יד החזקה סוף הלכות לולב ווי אזוי עס דארף זיין א קיום פון א מצוה. און עס שטייט דאך בכל דרכיך דעהו, אז ס'דארף זיין בטוב לבב, און אויך ווי עס שטייט אין טור אורח חיים ושו"ע סי' רל"א. און אויב דאס איז אנגעזאגט געווארען אזוי פאר יעדערן. איז דאס נאך מער נויטיג ווען מען זעט אז דער טראכטען פון די אויפפירונג פון דער פארגאנגענהייט בריינגט צו שוואכקייט אין געזונט, אדער צו נידעריגער שטימונג אין איכות. און איך האף אז צו אזעלכע ווי איר דארף מען ניט צופיל מאריך זיין אין דעם.

והשי"ת זאל העלפען אז פון איצטער אן און ווייטער זאלט איר זיין שטארק אין בטחון בהשי"ת וועלכע[ר] איז משגיח בהשגחה פרטית על כל אחד ואחד. און וועלכער איז דער עצם הטוב און האט אנגעזאגט ווי אזוי א איד דארף זיך אויפפירען צו זיין רואיג און אויפגעלייגט און דינען אים אין דעם אופן און אויך מיט שמחה. און ספעציעל איז נויטיג צו אויפפירען זיך אזוי ווען השי"ת באגליקט מיט א פאמיליע לעבן וואס די שטימונג פון דעם מאן איז נוגע צו דער פרוי וב"ב שי'.

ויהי רצון איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות אין דעם, ובפרט אז מיר געפינען זיך אין די טעג פון פאר פורים וועלכע זיינען ימי שמחה וגו' אזוי זאל זיין ביי אייך און פארטזעצען און אנהאלטען אזא אויפפירונג אויך אויף א גאנץ יאהר.

בברכה לבשורות טובות.