ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'רצד

ב"ה, יום ראשון לסדר אמור ואמרת

ברוקלין, נ.י.

להזהיר גדולים על הקטנים, ה'תש"כ

צו די אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן

טעסטימאניאל

דינער פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין

נוארק

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך שיק מיין באגריסונג און ברכה צו אלע געערטע געסט און אנטיילנעמער שליט"א אין דעם יערלעכן דינער פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין נוארק, און האף אז די דאזיגע אונטערנעמונג וועט איבערשטייגען אלע דערווארטונגען אין שאפן די נויטיגע הילף, סיי גייסטיג סיי פינאנציעל, דורך דער ספעציעלער אנשטרענגונג פון אלע פריינט פון דער ישיבה.

היי-יאר איז א ספעציעלער סגולה-יאהר פאר מוסדות פון ערציאונג על טהרת הקודש, נגלה און חסידות צוזאמען.

זייענדיג דער 200-טער יאהר פון דער הסתלקות-הילולא פון בעל-שם-טוב הקדוש (דעם ערשטען טאג שבועות, זמן מתן תורתנו), דער באגרינדער פון תורת החסידות הכללית, דער גייסטיגער "זיידע" פון דעם אלט'ן רבי'ן בעל התניא והשלחן ערוך, דער באגרינדער פון תורת חסידות חב"ד - זכותם יגן עלינו.

די ערשטע טעטיקייט פון בעל-שם-טוב, נאך איידער ער איז נתגלה (אנטפלעקט) געווארן, איז געווען אלס א באהעלפער, צו לערנען מיט קליינע קינדערלעך די הייליקע אותיות פון אלף-בית, ברכות און תפלות, אמן יש"ר, ברכו און קדושה, צוגלייך האט ער אויך אויפגעשטעלט תלמידים גדולים וגאונים אין תורה און חסידות, ליכטיק צו מאכן דעם פינסטערן גלות אין די דאזיגע דורות פון עקבתא דמשיחא.

די ליובאוויטשער ישיבה אין נוארק, ווי די פיל אנדערע ליובאוויטשער מוסדות התורה על טהרת הקודש, כן ירבו, איז א טייל פון דער גאלדענער קייט וואס ציט זיך פון בעל-שם-טוב אן. דא ווערען פאראיינציקט די צוויי יסודות'דיגע נקודות פון שיטת הבעל-שם-טוב: חינוך על טהרת הקודש פון קליינווייז אן - פון די קטנים, אין אן אופן אז זיי זאלן דערנאך ווערן די אמת'ע גדולים, די וועלכע פירן אויס די אנווייזונגען פון גדול ה' ומהולל מאד, דורך פארשפרייטן די ליכטיקייט פון תורה און מצוות אויף די יסודות פון אהבת ה', אהבת התורה און אהבת ישראל.

כדי דאס צו פארווירקליכן דארף אבער פריער זיין דער "להזהיר גדולים על הקטנים" - די דערוואקסענע, עלטערן, עסקנים און פריינט פון דער ישיבה, זאלן געבן די מעגליכקייט צו דער ישיבה און תלמידים צו וואקסן און שטייגן און ווערן דאס וואס זיי דארפן זיין - נרות להאיר, שיינענדע ליכט, וואס מאכן ליכטיג דעם גאנצען ארום.

בברכת הצלחה בגשמיות וברוחניות ובכבוד

מ. שניאורסאהן

ז'רצד

נדפסה בלקו"ש חי"ח ע' 441.

זיידע: ראה גם לעיל אגרת ז'צח, ובהנסמן בהערות שם.