ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'שיב

ב"ה, כ"ה אייר, ה'תש"כ

ברוקלין, נ.י.

צו אלע חברות פון אגודת נשי ובנות חב"ד

איבעראל,

און צו די אנטיילנעמער אין דער פינפטער

יערלעכער

קאנווענשאן בפרט,

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

צו דער געלעגנהייט, און דורך דער פארמיטלונג, פון דער יערלעכער קאנווענשאן פון אגודת נשי ובנות חב"ד, שיק איך מיין ברכה צו יעדערער פון אייך, מיט אן אינערלעכער תפילה פאר אייער הצלחה'דיגער ארבעט אויף אלע געביטן פון אייער פראגראם, און ספעציעל פאר ווייטגייענדע דערגרייכונגען פון דער פארשטייענדער קאנווענשאן.

נעכטן האבן מיר געבענטשט דעם חודש סיון. צענטראלער פונקט פון דעם חודש איז דער יום-טוב שבועות, זמן מתן תורתנו.

דער אויבערשטער האט אונז געגעבן א תורה תמימה, א גאנצע תורה. ווי חכמינו, זכרונם לברכה, דריקן זיך אויס (כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש - נאמר למשה בסיני), אז אלץ וואס עס ווערט אויפגעטאן אין תורה אין אלע דורות איז שוין געגעבן געווארן צו משה רבינו ביים בארג סיני.

זעלבסטפארשטענדלעך, אז דאס נעמט אריין אלע טיילן פון דער תורה הק' וואס זיינען אנטפלעקט געווארן פון דור צו דור, בפרט פנימיות התורה, די אינערלעכע ליכטיקייט פון דער תורה, וואס איז אנטפלעקט געוארן פאר יחידים דורך רבי שמעון בן יוחאי, וועמענס יארצייט-הילולא איז ל"ג בעומר, און וואס איז שפעטער ברייט פארשפרייט געווארן צווישן אלע אידן אנהויבנדיק פון דעם בעל שם טוב, זכרונו לברכה, וועמענס יארצייט-הילולא איז דעם ערשטן טאג שבועות, זמן מתן תורתנו.

הייאר ווערט צוויי הונדערט יאר פון דער הסתלקות-הילולא פון דעם בעל שם טוב, און פאלט אויך אויס אין דעם זעלבן טאג פון דער וואך - מיטוואך, דער ליכטיגער טאג פון מעשה-בראשית, ווען די ליכטער האבן גענומען שיינען פון הימל. ווי דער אלטער רבי, דער גרינדער פון חב"ד, זאגט אויף דעם טאג - נטלו המאורות און נתלו המאורות. דאס הייסט, אז אין דעם אטג האט דער בעל שם טוב פארענדיקט זיין נשמה שליחות און זיין הייליגע נשמה האט זיך אומגעקערט צום באשעפער, אבער גלייכצייטיק האט זיין ליכטיקייט גענומען פארשפרייטן זיך שטארקער און ברייטער, דורך זיינע תלמידים און תלמידי-תלמידים, און יעדן יאר אין דעם טאג עפענען זיך נייע קוואלן פון זיין ליכטיקייט, וואס ציען זיך פון די טיפסטע ווארצלען פון זיין ג-טלעכער נשמה.

די אנטפלעקונג פון תורה בכלל, און פון תורת החסידות און חסידות חב"ד בפרט, האט א ספעציעלע באדייטונג פאר דער אידישער פרוי. ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האט מערערע מאל, דורך ווארט און שריפט, אונטערשטראכן דעם באזונדערס וויכטיגען ארט וואס אידישע פרויען בכלל, און נשי ובנות חב"ד בפרט, פארנעמען אין אידישן לעבן.

"אלץ וואס ס'איז הייליג און טייער דעם ג-טלעכן אידישן פאלק, די גרינדונג פון דער אידישער היים, די דערציאונג פון די קינדער, די כשרות און קדושה פון דער היים, די קדושה פון שבת, אלץ האט דער אויבערשטער געגעבן און אנפארטרויט דער אידישער פרוי. די פרוי וואס דערפילט איר פליכט און לעבנס-אויפגאבע אין פאמיליאן - לעבן, אין דער אנפירונג פון דער הויז, די דערציאונג פון די קינדער על פי תורה - אויף איר ווערט געזאגט אין דער תורה: חכמות נשים בנתה ביתה - יעדע פון די קלוגע פרויען בויט איר היים".

פרויען און טעכטער פון חב"ד האבן די ספעציעלע פליכט צו שטיין אין דער ערשטער ריי פון יעדער טעטיקייט צו פארשטארקן אידישקייט בכלל און די הויז פירונג בפרט.

דורך דעם וואס יעדערע פון אייך וועט בויען איר אייגענע היים, און העלפן אויפריכטן די היימען פון אידישע שכנים ארום, אויף די אייביגע יסודות פון תורה ומצוות, דורכגעדרונגען מיט דער ליכטיקייט און ווארימקייט פון חסידות, ווערט אויפגעריכטעט דאס גאנצע בית ישראל, און עס ווערט צוגעגרייט דער באדן פאר משיח צדקנו, לויט דעם באקאנטן בריוו פון בעל שם טוב, אז ווען עס וועט דערפילט ווערן יפוצו מעיינותיך חוצה - ווען די קוואלן פון בעל שם טוב, זיינע אנווייזונגען, לערנונגען און פירונגען, וועלן פארשפרייט ווערן אפילו "אינדרויסן", וועט קומען די גאולה שלימה, על ידי משיח צדקנו.

* * *

דער אויבערשטער זאל בענטשן אייער ארבעט, איר זאלט זי דורכפירן מיט פיל הצלחה אין אלע הינזיכטן, און באגליקן יעדער איינער פון אייך, מיט די בני בית, שיחיו, אויך אין די פרטיות'דיגע ענינים, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה מופלגה ולבשורות טובות.

ז'שיב

נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 270.