ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'שכז

ב"ה, די הגבלה טעג, ה'תש"כ -

ברוקלין, נ.י.

200'טר יאר פון דער הסתלקות-הילולא

פון בעל שם טוב ז"ל

לבית יעקב (צו די פרויען)

ולבני ישראל (צו די מענער)

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

די טעג פון הגבלה - צוגרייטונג צו מתן תורה - פאדערן א באזונדערע, אינערלעך-טיפערע אריינטראכטונג וואס תורה איז.

די תורה הק' איז ניט א זאמלונג פון געזעצן פאר באשטימטע געלעגנהייטן, נאר נעמט ארום דעם מענטשן אינגאצן, פון זיין ערשטן מאמענט ביזן לעצטן מאמענט, און אין אלע איינצעלהייטן פון זיין טאג-אין-טאג לעבן.

דאס איז די אינערלעכע באדייטונג פון תורה אלס תורת חיים.

נאך מער. ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה דערקלערן, נעמט תורה ארום די גאנצע בריאה (דעם באשאף). זיי דערקלערן דאס מיט א משל פון אן ארכיטעקט, וואס איידער ער בויט א בנין, מאכט ער פריער א פלאן פאר אלע איינצעלהייטן פון דער געביידע; אזוי האט דער אויבערשטער פריער אנגעצייכנט אין דער תורה יעדן פרט פון דער בריאה, ביז צו דער נידעריקסטער שטופע אין דומם (אומבאוועגליכע, מאטעריעלע זאכן).

דאס בריינגט צו איינעם פון די הויפט גרונטזאצן פון תורת החסידות הכללית פון בעל שם טוב, לויט זיין אויסטייטשונג פון פסוק לעולם הוי' דברך נצב בשמים (שטענדיק פעסט איז דער ג-טלעכער ווארט - יהי רקיע אא"וו - אין הימל), ווי עס ווערט ברייט דערקלערט פון אלטן רבי'ן ז"ל (בעל התניא והשלחן ערוך) אין תורת חסידות חב"ד - ספעציעל אין שער היחוד והאמונה, -

אז אלץ - אין די הימלען אויבן און ביז צו דער ערד אונטן, אין אלע זייערע פרטים, עקזיסטירן בלויז דורך דעם ג-טלעכן ווארט וואס האט זיי באשאפן און באשאפט און באלעבט זיי שטענדיק אן אויפהער, יעדן אויגנבליק.

דערפון פאלגט דער צווייטער גרונטזאץ -

אז השגחה פרטית - דער דירעקטער ג-טלעכער פרטיות'דיגער וויסען און אויפפאסונג איבער יעדער זאך - באציט זיך אויף אלע פרטים פון דעם באשאף, פון דעם מענטשן, דער אויסדערוויילטער פון אלע באשעפענישן, ביז דעם קלענסטן באשטאנדטייל אין דומם.

דערפון פאלגט א ווייטערדיקער אויספיר, וואס איז אויך א גרונטזאץ אין תורת החסידות, און איז ספעציעל אונטערגעשטראכן געווארן פון בעל שם טוב, כאטש אייגנטלעך איז דאס א דין אין שולחן ערוך -

אז מען דארף דינען דעם אויבערשטן אין, און מיט, אלע פרטים, אנהויבנדיק מיט לערנען תורה און מקיים זיין די תרי"ג מצוות, ביז גאר די איינפאכסטע פאסירונגען און אומשטענדן אין טאג-טעגלעכן לעבן, און

אז פון אלץ ארום - דארף מען זיך לערנען אהבת השם און יראת השם, די אורשפרינגלעכע קוואלן פון וועלכע א איד שעפט דעם ריכטיקן גייסט מקיים צו זיין תורה און מצוות, די מצוות-עשה און מצוות לא-תעשה, דורכגעדרונגען מיט אמת'ן חיות, און מקיים זיין זיי מיט הידור.

דער אריינטראכטן זיך אין דעם אלעם וואס איז אויבן דערמאנט געווארען, אריינטראכטן מיט התלהבות, לעבעדיקייט און ליכטיקייט.

און אין די דאזיגע סגולה טעג, ערב דעם טאג פון מתן תורה, וואס איז אויך דער טאג פון הסתלקות-הילולא פון בעל שם טוב.

אראפברענגען דאס אין אלע איינצעלהייטן פון טאג-טעגלעכן לעבן, סיי אין דעם אייגענעם לעבן, סיי אין אלעס ארום זיך, אין אלץ אין דער וועלט, לויט דעם אויסדרוק.

יפוצו מעינותיך חוצה. אז די קוואלן פון חסידות, וואס דאס איז פנימיות התורה - די אינערלעכקייט פון דער תורה - זאלן זיך פארשפרייטן און דערגרייכן חוצה - ביז אין די אויסנווייניקסטע און ווייטסטע פרטים און אנגעלעגנהייטן פון דער בריאה אין גאנצען,

וועט דאס אויך פארשנעלערן די גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ווען די גאנצע בריאה וועט זען און פילן אז אנכי ה' אלקיך.

מיט א וואונטש צו קבלת התורה מיט שמחה און פנימיות און א פריילעכן יום טוב.

מנחם שניאורסאהן

ז'שכז

נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 275.

לבית יעקב (צו די פרויען) כו': מכילתא (שמות יט, ג).

מענטשן אינגאנצן: אבות פ"ו מ"ז. וראה מאמר כ"ק מו"ח אדמו"ר עה"פ ודברת בם (היום יום י"ג מנ"א).

דערקלערן דאס: בראשית רבה בתחלתו. זח"א ה, א. ובכ"מ.

שער היחוד והאמונה: בתחלתו. וראה מדרש תהלים קיט, לו. לקו"ת ר"פ אחרי.

השגחה פרטית: ראה חולין סג, א ופי' רבנו הזקן (ברשימות הצ"צ לתהלים לו, ז). היום יום כ"ח חשון.

שולחן ערוך: אורח חיים סרל"א. וראה ח' פרקים להרמב"ם פ"ה.

פון אלץ ארום: פתגם הבעש"ט (היום יום ט' אייר).

קוואלן פון וועלכע: תניא פ"ד.

חיות... הידור: קונטרס העבודה פ"ב.

די גאנצע בריאה: כתפלת ר"ה: וידע כל פעול כו'. וראה מדרש תהלים עג. שער היחוד והאמונה רפ"ג.