ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'שמג

ב"ה, ערב שבת קדש לסדר וזכרתם את כל

ברוקלין, נ.י.

מצות ה' ועשיתם אותם, ה'תש"כ

תלמידי ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש

לחג הסיום,

מאנטרעאל

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן דעם חג הסיום (גראדואיישן), כאטש, זעלבסטפארשטענדלעך, איז א סיום אין תורה פארבונדן מיט א התחלה און אן איבערגאנג פון איין מדריגה אויף א העכערע מדריגה. האף איך אז דאס וועט אזוי זיין בא אלע תלמידים מסיימים. זיכער איז איבעריק מאריך צו זיין וועגן דעם ענין פאר תלמידים פון דער ליובאוויטשער ישיבה.

זיכער וועט דער חג הסיום שטיין אונטערן איינדרוק פון דעם 200'טען יארטאג פון דער הסתלקות-הילולא פון מורנו הבעל שם טוב זכרונו לברכה, וואס איז פארגעקומען דעם ערשטן טאג שבועות, זמן מתן תורתנו.

דער בעל שם טוב ז"ל האט געפאדערט - און אין עניני תורה איז דאך א פאדערונג אויך א נתינת-כח, א ספעציעלער כוח דורכצופירען די פאדערונג - מקיים צו זיין תורה ומצוות מיט שמחה דוקא, און צו פארבינדן אהבת השם מיט אהבת ישראל דורך אהבת התורה. דערפון איז פארשטאנדיק ווי גרויס עס דארף זיין אהבת התורה, וואס איז דער מיטל-פונקט און פארבינדונגס-קראפט פון די אנדערע צוויי, אזוי אז דורכדעם ווערט דערגרייכט די העכסטע מדריגה אין עבודת ה' בשמחה ובטוב לבב.

השם יתברך זאל אייך אלעמען און יעדן בפרט מצליח זיין צו שטייגן אין לימוד התורה וקיום המצוות, ווי אויבנדערמאנט, דורכגעדרונגען מיט דער ליכטיקייט און ווארימקייט און לעבעדיקייט פון תורת החסידות.

בברכה להצלחה בגשמיות וברוחניות גם יחד.

ז'שמג

נדפסה בלקו"ש חי"ג ע' 163.