ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'שפ

ב"ה, ב' מנ"א, תש"כ

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון /10;7amp&.

בכלל איז א גלייכע זאך צו נעמען א ערליכער סיילעסמאן בכדי איר זאלט קענען אויסניצען די כשרונות אין דעם אין א גוטען אופן, גוט פארן געשעפט און אויך גוט פאר אייך, און בפרט אז דאס גוט פארן געשעפט, איז א ענין טוב על פי תורה, ווארום די הכנסה דארף פארניצט ווערען אין א גוטען אופן לויט דער אנווייזונג פון מורנו הבעל שם טוב ז"ל אין זיין תורה אויף דעם פסוק כי תראה חמור וגו' עזוב תעזוב עמו, צו דינען השי"ת מיטן גוף און זיינע ענינים, און ניט נאר אין דעם טייל וואס מ'גיט דירעקט אויף צדקה, וואס דאס איז ווי עס דריקט זיך אויס רבנו הזקן (בתניא פרק ל"ד) מעלה עמו כל הארבע ידות, נאר אויך דירעקט אין די ארבע הידות לויטן פסק דין התורה, בכל דרכיך דעהו ווי ערקלערט בארוכה בטור שו"ע אורח חיים סי' רל"א, (עיין ג"כ בתניא שם: ומלבד זה הרי בשעת התורה והתפלה עולה לה' כל מה וכו').

בברכה לבשו"ט בכל האמור.