ספריית חב"ד ליובאוויטש

ז'שצה

ב"ה, י"ב מנ"א תש"כ

ברוקלין.

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון י"ט לחדש תמוז אין וועלכען איר שרייבט בהנוגע צו דער נסיעה פון אייער מאן הרב שי'.

בכלל איז שווער צו הערען טענות נאר פון איין צד און עס זיינען דאך פראן מערערע פון רבני אנ"ש מיט וועלכע איר קענט זיך דורכשמועסין וועגען דעם.

וואס איז פארשטענדליך אבער, אז אזא נסיעה וואס איר שרייבט, איז ווען עס פארט אפילו נאר איינער פון דער משפחה איז דער זיין אפילו נאר פון איינעם אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע און אויסבעטען דאס וואס מ'נויטיגט זיך, איז דאס פאר דער גאנצער משפחה, און בפרט פאר דער פרוי און קינדער, אין אנדערע ווערטער, אז דאס איז טובתם זייער טובה אויך, בגשמיות וברוחניות.

איך האף אז וועגען דעם ענין וואס איר האט געשריבען אמאל, איז אלץ בסדר, און השם יתברך זאל העלפען עס זאל גיין פון גוט צו נאך בעסער און זאלט אנזאגען גוטע בשורות.