ספריית חב"ד ליובאוויטש
- דף הבית /
- ספרי כ"ק אדמו"ר /
- אגרות קודש /
- כרך ב /
- קעג /
ספרי כ"ק אדמו"ר > אגרות קודש > כרך ב > קעג
ב"ה, ט"ו כסלו, תש"ה
ברוקלין
כבוד ידידי הנעלה וו"ח אי"א עסקן נמרץ
ורב פעלים כו'
מהר"ש נ"י פאלמער,
שיקאגא.
שלום וברכה!
כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א פילט זיך ב"ה בעסער. וישלח לו השי"ת רפו"ש בקרוב ממש.
אין ענטפער אויף אייער שרייבן פון נאוו. 28:
בכלל איז שווער צו באקומען א גרעסערן קוואנטום פון חנוכה לעמפלעך, און אויב מען וועט עס באקומען, וויל מען פאר די ביליגסטע 27 - 35 סענט א לעמפל.
אויב איר זייט מסכים אויף דיזן פרייז ביטע מיטצוטיילן אונז וועגן דעם וואס שנעלער, ווי אויך צי זייט איר גרייט צו נעמען אויך ווייניקער ווי 200 אין פאל אויב ס'גיט זיך ניט איין צו באקומען די גאנצע צאל לעמפלעך.
א מערקווירדיגע זאך געפינען מיר: בנוגע דעם נס חנוכה. די גמרא (שבת כא, ב) ערציילט, אז דער פך שמן טהור וואס מ'האט געפונען איז געווען מונח בחותמו של כהן גדול. אויף האבען א ראי' אז דער פך איז געבליבען אונבארירט איז גענוג צו וויסן אז ער איז געבליבען פארזיגעלט; צוליעב וואס דערציילט אונז די ברייתא אז עס איז געווען חותמו של כהן גדול?
נאר דערפון קענען מיר אפלערנען, אז אויב עס איז בא אידען פינסטער, ר"ל, בגשמיות וברוחניות און עס איז דא אזוינע וואס ווילען להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך, איז ווי קען מען אויסהיטען אז עס זאל בלייבען א פך שמן טהור, וואס דערפון וועט מען אנצינדען דערנאך א גאנצע מנורה, איז דאס דורך דעם וואס מען היט דעם פך דורך דעם חותם של כהן גדול, א איד וואס - לויט דעם רמב"ם'ס לשון (הל' כלי המקדש פ"ה ה"ז) - שיהי' יושב במקדש כל היום ולא יצא אלא לביתו בלבד בלילה או שעה או שתים ביום.
נאך א מערקווירדיגע זאך געפינען מיר: בנוגע צום כהן גדול. די גמרא (יומא יח, א) זאגט: והכהן הגדול מאחיו כו' אחיו הכהנים מגדלין אותו.
לכאורה אויב מ'דארף אז דער כהן גדול זאל האבען אויף דער הוצאה און נאך זיין רייך אויך, איז פארוואס דוקא משל אחיו הכהנים?
נאר וואס דען: אויף א פשוט'ן אידען דארף די תורה ניט אנזאגען. אז מ'וועט קומען צוגיין צו א פשוט'ן אידען און מען וועט אים זאגען: הער זיך איין, דער כהן גדול דארף האבען אויף דער הוצאה; ווילסטו נעמען אין דערויף אן אנטייל, ווילסטו זעהען אז אלע דיינע באקאנטע זאלען נעמען אין דערויף אן אנטייל? וועט עם גארניט איינפאלען לויפן צום רב פרעגען, וואס שטייט וועגען דעם אין שולחן ערוך. ער וועט אויך מורא האבען אז ער וועט אנווערען די געלעגענהיינט פון דער זכי' פון השתתפות אין א זאך וואס איז פארבונדען מיט'ן כהן גדול. ווארעם עס איז דאך לא ראיתי צדיק נעזב, דער אויבערשטער וועט זיכער געבען דעם כהן גדול אלץ וואס ער דארף, נאר עס קען זיין ניט דורך דעם אידען אויך. וועט ער זעהן פארכאפען ניט ארויסלאזען די זכי' טאן אלץ וואס ער קען, סיי מיט אנדערע סיי מיט זיך, אז דער גדלהו זאל זיין דורך עם דוקא.
קומט מען אבער צו א כהן, קען פאסירען ער זאל אנהייבען זאגען: א) וואס קומט איר צו מיר, איך ביך סיי ווי סיי א הייליגער. איך ווייס אליין וואס איך האב צו טאן. גייט זייט מזכה אנדערע. ב) איר ווילט איך זאל זיך פארנעמען מיט דער הוצאה פון כהן גדול און זאל זיך נאך עוסק זיין אז אנדערע זאלען זיך משתתף זיין? איר ווייסט אז אויף מיר ליגט די עבודה פון בית המקדש? פרעגט באם כהן גדול אליין, וועט ער אייך אויך זאגען וואס איז וויכטיגער. אויב איך וועל זיך פארנעמען מיטן כהן גדול קען נאך בטל ווערען די עבודה פון בית המקדש? הייסט איר מיר דאס טאן? און וואס זאגען עפעס די פוסקים וועגען אזא זאך? איר מאכט דאך חרוב מיט אייערע רייד אליין דעם בית המקדש; דאס וועל איך ניט דערלאזען בשום אופן.
באווארענט די תורה - גדלהו משל אחיו הכהנים (און די באווארעניש העלפט אויך ניט אלעמאל!).
און געראדע פון דער מעשה פון חנוכה לערנען מיר: צום בית המקדש האבען יונים דערגרייכט, דעם מזבח האבען זיי געקענט מהרס זיין, די מנורה מטמא געווען, אבער דעם קליין קריגעלע שמן וואס ליגט באהאלטען און אויף וועלכען דער כהן גדול האט אכטונג געגעבען, דאס איז געבליבען גאנץ און האט אנגעצונדען ליכטלאך, וואס לייכטען טויזענטער יארען.
לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה.
הרב מנחם שניאורסאהן
יו"ר ועד הפועל
קעג
נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 295 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.
כבוד... פאלמער: אגרות נוספות אליו - לעיל ח"א פט, ובהנסמן בהערות שם. לקמן רכד.
כ"ק... בעסער: לאחר מחלתו בתחלת חורף תש"ה. ראה גם אג"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע ח"ח אגרת ב'תקמח. לקמן קעד. קעט. קפ. קפה.
א מערקווירדיגע זאך: ראה גם לקמן אגרת שטו.
יו"ר ועד הפועל: מל"ח.